יא מיר האבען גענישטערט נאך די ברעקלעך און זיי נישט געפינען. נאר אייניגע שווארצע הארעלעך אין נאכט קעסטעל, שטויב אין די שבת הויז ארבעל, עפעס אן אלטער שמיראכץ אין מעדעצין קאבינעט וואס רב בלומענקראץ רעדט נישט פון אים, און די צעהן ברעקעלעך וואס די קינדער האבען באהאלטען און ווילען מיר נישט אויסזאגען נאר אז איך זאג צוה איך וועל זיי קויפען אפיקומן סיי וואס זיי בעטען
געזאגט דעם כל חמירא מיט פארשלאסענע אויגען און פארברענט דאס חמץ מיט'ן הילצערנעם לעפעל נישט פארגעסענדיג פונעם לולב מיט די חנוכה קנויטען
א אידענע שרייט אראפ פון אויבען צום קינד "יואלי גיי אוועק פון פייער" ער ווארפט אריין גיך א גרויסען ליידיגען שאכטעל און שטייט פון דער זייט צו באטראכטען זיינע פירות ווען דער גרויסער ברידער קומט מיט'ן בעזים שטעקען און מאכט זיכער אז די וועקיום בעגס ווערען גיט דורך געברענט
מיט אייפער האבען מיר אריין געברענגט די געפעלטשטע פיש, ציפעדיגע חרוסת געמישט מיט אינגבער. אראפ געשלעפט די הגדה'ס פון די באהעלטעניש און איידער מען געט זיך א דריי, דאס בארשט און די עירוב תבשילים שטייען נאך אומבארירט אין פריזשדער און מיר זיצען שוין אלע איבער די פרישע האלב רויע פיצא מוצאי יום טוב
ווען נישט די קינדער מיטשען נאך אלץ פאר די אפיקומנ'ס וואלטען מיר שוין לאנג פארגעסען אז עס איז געווען פסח אויף דער וועלט
דער שליסעל חלה ווערט באשמירט מיט לויזע אייער, פרנסה וועט אנהייבען פליסען מיט א ברייטקייט, אצינד קען מען גיין איינקויפען מיט א רואיג געוויסען
צום ערשט א נייע שווים קלייד, פרישע בעט געוואנט מיט טישטיכער. אז עס וועט נישט גיט זיין פאר די קאנטרי וועט עס גיט זיין פאר די נייע דירה, מען לויפט ארום קיין בורופארק און צי געפ, מען קויפט איין און טראגט צוריק, מען זיכט געפעליגקייט ביי אלע שכינות און אויב איינע קרומט מיט די נאז איז מען צופרי אויפ'ן באן צוריק קיין מאנהעטען
זי קויפט אן אויפהער. וואס דען קען א אידענע טוען א גרינעם מיטוואך ווען די גויטע האט שוין אויפגערוימט דאס הויז און די קינדער זענען נאך אלע אין שולע? גייט מען איינקויפען. ווען דער לעצטער גראשען לאזט זיך אויס נעמט מען אפיר דעם פלאסטיק קארטעל וואס גיט ניטאמאל ארויס א קרעכץ אז מען באניצט זיך מיט איר צעהן מאל אין איין טאג. זיפצען זאל דער וואס ברויך לייענען די קליינע אויתיות סוף חודש וואס אין אידיש האט דאס איין ווארט, "באצאהל" ביז דרייצען טאג. וועה און ווינד אז מען לייענט דורך יעדעס שורה איינציג ווייז. די מאמע פלעגט אויף דעם זאגען "בעסער נישט צו קוקען"נו וואס קען איך טוען ווען עס קומט דער טאג וואס דער בילל דארף אנקומען? פארלירען דאס שליסעל פון פאסט קעסטעל? טאנץ איך ליבערשט אינטער א איבעריג טענצעל ביי כשם שאני רוקד ואיני יכול לנגוע און קוק זיך איין אויף די שפאגעל נייע לבנה מיט א שטילע געבעט אין די געדאנקען אפשר וועט זיך דאס הימעל צועפענען אין עס וועט אראפ פאלען פון אויבען א בייטעל הינדערטערס גראד אין מיין טאש
פאר די אכט וואכען זימער, פארלאנגט זיך א רייע רעגיסראציעס און געבען איינגאבעס פאר די קינדער אין דעי קעמפ, ביים מיידעל מיט די העלע הויט וואס באקוקט די לייז אין די קינדער קעפעלעך, דערמאנען דעם קורץ באבערדעלטער פיש סוחר וואסערע פיש מיר האבען ליעב, מען דארף איינשרייבען ביי ווערייזאן דעם טעלעפון. קלינגען און באשטעלען א ווען סערוויס מיט'ן דאטום און צייט וואס מיר ווילען פארען
אזוי זענען מיר פארנומען זיך קוויטלען ביי אלע וואס זיכען צו מאכען אפאר דאללאר, פאר די איינע צוועק ווייל מיר ווילען זיך אויסרוען אויסער די שטאט. פארשטענדלעך, מיר מייענען נאר די טייערע קינדערלעך
דאס יאר קומען מיר צוריק ווי אלט באזעצענע, קיין באזינדערע ענדערונגען אין די באנגעלוי, דער שכן נעבען אונז האט מיר שוין געווינקען פון יענע זייט גאס מיט זיינע לאנגע אויגען ברעמען ווי ער וואלט געוואלט זאגען "מיר'ן זיך זעהן בקרוב
אויך די געשוויסטער און אמייסטענס גיטע פריינד קומען צוריק צו די פאריעריגע באשטימטע ענגע באנגעלויס איינע מיט נאך א קינד און דאס צווייטע אט אט. אלע מיט פאק דריקענישען, נישט געפלויגענע מעשה'לעך און שיעור נישט געשעהנע פאסירונגען וואס ליגט אין גארגעל גרייט אויסצושפייען ביים ערשטען זיצונג אין רינג דעם ערשטען טאג נאך איידער מען פאקט זיך אויס
איינע אבער, וואס קען נישט קומען צוליב אנדערע אומשטענדען שיקט די שוועגערין אבאכט געבען אויף די קינדער, מיין פרוי מיט די געשוויסטער פרעגען זיך נאך אויף איר ווי בעפאר א שידוך פון א אייגען קינד. אלע שטימען איין אז זי איז נישט אזא געשמאקע אבער פארט נעמט מען איר אריין אין די גרופע פאר די דריי וואכען, עס זאל זיי אלע גערעכענט ווערען. און מען גרייט צו עפעס מזונות אין פריזער אז עס וועט זיך אויספעלען
מיר ווייסען שוין פון פאר א יאר ווער איז דער מקוה איד און ווער ס'איז דער גראסערי מאן, גרויסע טוישינגען קומען נישט פאר אין די באהערדע. מיט'ן אויסנאם פון די גוים וואס זיי טוישט מען סייווי דריי מאהל א זימער ווי נאר זיי ווילען מער געהאלט ווי א קאלט קעסטעל ביר מיט אן אומזיסטיג געלעגער. אויך די לעפקאוויצ'ס קומען מיט א נייע שנירעלע. אונזער געזינדעל האט זיך אויך געלטערט, דאס וועלען מיר לאזען פאר די שכינים צו ביו'קען און באיו'שען
פון געהיימע קוועלער ווערען מיר-מיוחסים אויך געוואר איבער דער נייער צוים וואס מען לייגט ארום דעם סווימינג פול כדי עס זאל זיין אויסגעהאלטען פאר די דיין'טע. און ווער עס גייט זיין די טיטשער פאר חנה'לע. אלעס איז מסכים, אלעס באשטייט אז דער זומער זאל זיך שוין אנהייבען וואס פריער, מיט גרויס פאראדע און געהייטערטע געמיטער
מיר זענען אלע שוין גרייט צו פארלאזען די שטאטישע ציגעל הייזער מיט איר זימער'דיגע שימעל-שווייס גערוך צו די אלטע כאטקעס ארום גענומען מיט פריש געשארענע גראז וואס שמעקט אזוי באטעמט אין דער לונג, ביז דער ווייס האריגער סקאנק טוט איר נישט באשפריצען. אז עס פאסירט נאכ'ן זין אינטערגאנג ווערט דאס געפלוידעריי אפגעשיבט צום אנדערען טייל קאלאני און די באטרעפענדע ווייקען זיך און טאמעטע דזשוס צו אלעמענס מיטלייד
אויסער די פאר טויזענט רובעל וואס פעלט זיך אויס צום באנגעלוי, צו פארטיגען צאלען דעם פלייש געשעפט און שכר לימוד וואס גראדע איז נאך נישט פארהאן א שפור דערפון אין באנק-קאונטא. ווייסען מיר אבער אויסענווייניג וועלכער דאנערשטאג מען דארף האבען גרייט די פעקלעך. דער פרייז היי יאר איז ארויף מיט נאך דריי הינדערט זיבעציג דאללאר צוליב די הויכע אויל קאסטען
אז זי פרעגט מיך פון וואנעט איך קלער צו נעמען דאס געלט, איז מיין ענטפער ווידעראמאל. דער זעלבער באשעפער וואס האט געשיקט רבי ליב שרה'ס אונזערע זיידעס צו הילף, וועט זיכער שיקען א אנגעפילטער קערבעל מיט דאללארען דער לעצטער מינוט איידער דער פריץ שליידערט אונז אריין אין גרוב. און אפשר וועט דער רייכער חבר אריין לייגען זיין דעפאזיט אין מיין באנק אקאונט אומוועלענדיג. אנדערש זעה איך נישט א אויסוועג וויאזוי צופרידען שטעלען דעם קאנטרי אייגענטומער, נייער דירה סוחר, בוטשער און פיש געשעפט און אזוי ווייטער
צו די זעלבער צייט רוקט זיך אינטער דער יום טוב פון קעיז דעלקעלעך מיט בלינצעס. די געבעקסען שפירט זיך אריין צו אלע שטובער, נאך אפאר טאג ספירה ציילען און די קרעפלעך וועלען ליגען אין די טשיינע געשיר לאכעדיגערהייט. די קליינע שלעפען ארויס די קוכען פון די בעקעלעך פאר עס קילט זיך נאך אפ און די גרויסע באקומען צימרינג מיט קעיז קוכען אינעם לאנטש זעקעל
דער שוואגער שמעריל האט גערופען אויף זונטאג צופרי צום אפשערען פון זיין חעזקעלע.דער קליינער ווערט דריי יאר ערשט מיטוואך, שמעריל שערט אבער שטענדיג אפ נאר אויף א זינטאג. דעמאלס ארבייט ער נישט, ביי אים פאסירט נישט ער זאל קומען שפעט צו דער ארבייט, סיידען ער וועט הערען דאס געשריי פון אלי' הנביא רייטענדיג אויפ'ן ווייסען אייזעל
פאוואליע, איידער די חתן גייט זיך טרעפען מיט די כלה אום שבועות כאפען מיר זיך נאר אריבער אויף א שבת אין די בערג
אידישע קינדער דארפען זיך כסדר אויסרועהן, צו שבת הגדול אין האטעל, נאך חנוכה אין מיאמי, פאר פורים אין שווייץ, גאנץ זימער אין קאנטרי, אינמיטען זימער קומט מען אריין אין שטאט אויף א צוויי טאג פאר "א טשענדש
אינדערצווישען מיז מיר אויך ערגעץ גיין. פארוואס? ווייל יענער גייט. זענען מיר געפארען אוועק פון שטוב פאר קנאפע זעקס הינדערט דאללאר, זיך אויס צו רוען. מיר האבען זיך אזוי אויסגערוהט אז איך שפעקוליר צו דער קאנטרי פעהלט אונז שוין נישט אויס
צוגעזאגט האט מען אונז אין דעם ליפלעט, פיש פון לויתן און רינדערען פלייש דריי סעודות וואס מען געט נאר אויף א שבע ברכות. אנגעקומען זענען מיר צו פארטיג געקויפטע געמאלענע אייער מיט לעבער און אלע גיטע זאכען וואס מיר ערלויבען זיך אויך אינדערהיים
באקומען האבען מיר הוילע צימעס, מען האט סערווירט קאלטע וואסער מיט קאלא און א שמוציג פלאש, איין סערוועטעל מיט א זמירות לאשכנז. ס'האט געזינגען איינער זעלצער, מיט הילף פון א שניצלער, און נאך עפעס א באפיצטער, א בעל דרשן האט געזאגט א דרשה, געשטורמעט אקעגען עפעס א רשע, פרובירט צו מאכען וויצען, כדי צו האלטען דעם עולם אין די זיצען, ווען קיינער האט נישט געהארכט, האמיר זיך ארויסגעריקט אן פארכט. קיינער האט נישט געלאכט, האבען מיר געמאכט נאכט
דאס עסען האט אויסגעזעהן ווי די סעודת המפסקת אין דע בעדפארד גארדענ'ס סוכה, יעדעס פארעל האט מען געזעצט אינטער א אייגענעם טענענ-בוים מיט א שטארקע ליכט וואס שיינט אויף די אויסגעמאגערטע בילקע
מען האט באשטעלט א חזן אבער איז נישט אנגעקומען, מיט'ן אויסרייד איבער א לעצט מינוטיגע אומפאראויסגעזעהנע אנטוויקלונג ביי זיין משפחה, האט זיך דער האטעל באלעבאס געוואנדען צו א צווייטען אינגערמאן מיט א שטריימעל און נעקטיי וואס האט א אויסקוק ווי א חזן, אים איינגעבעטען ער זאל זינגען אלע זמירות. נאכען זינגען האבען מיר אים געפרעגט צו ער הייסט נישט פערצופאל ראזענבלאט אויפ'ן לעצטען נאמען, ער האט זיך שטארק געפריידט
שבת צופרי זענען מיר שוין געווען אזוי אויסגערוהט אז כ'האב געזיכט א דיין זאל מיר מתיר זיין אהיים פארען צוריק
מיר האבען זיך געשעמט צו פארציילען אז א שאד איז געווען דער געז אהין צו פארען האבען מיר כאטש געלערענט א לעקציע נישט צו זיין פון די אלץ גלייבער אין קאליערטע אדווערטייזער. פארציילט האבען מיר יעדען פון די גלאז האלב פיל, אז געדאווענט האבען מיר אלע אידען באנעזאם, חסידים, ליטווים, היטען ארויף און אראפ געבויגען, שטריימלען הויכע מיט נידעריגע א שטייגער ווי אין די יו ען
און יעצט שטרעקען מיר אויס ביידע ארעמעס צו ענטפאנגען דעם הייליגען יום טוב שבועות. זאל ער קומען זאל ער זיך באווייזען, זאל זיך טרעפען די חתן מיט די כלה, מיר בענקען זיך אזוי
דער נאסטאלאגיע נאך דער ניגון פון אקדמות קלינגט שוין אין די אויערען. ווען דער עולם שטייט ארום די בימה וואס איז באדעקט מיט פוירפעל און פינקע בלומען, רויטע רויזען און גרינע ביימעלעך. מעכיל דער חזן זינגט הויעך מיט זיין זיסער שטומע אז אפילו די וויינעדיגע קינדער אין ווייבער שוהל שלאפען איין מיט א שמייכעל איבער די חן גריבעלעך
No comments:
Post a Comment