דער חתונה טאראראם אין וויליאמסבורג הייבט זיך אָן דריי טעג איידער יו"ט שבועות און האלט אָן מיט די פולע פארע ביז אין די דריי-וואכן אריין. א פאמיליע וואס באקומט נישט א צוויי צענדליג חתונה בריוולעך אין פאָסט קאסטן דורכאויס די צייט, אים איז א באזינדערע מצוה ליעב צו האבן, אזוי שטייט אין חומש "ואהבתם את הגר"

נעכטן נאכט האט חתונה געמאכט פעטער יאנקעל, די שוויגערס גרויסע ברידער. שוין דאס אכטע קעניינע האָרע. אונזער חתן איז גאָר א גרויסער טשאטשקע מער פון זיינע ברידער, מען שמועסט אין די משפחה אז דאס איז צו פארדאנקן עפעס א אנשפרעך פון א ירושלימ'ע עלטער עלטער מומע וואס איז געגאנגן אין א שטערן טיכל און געזאגט ספעציעלע תחינות פאר דעם חתן דנן. די שוויגער האט זיך ספעציעל געלאזט ווייס מאכן די ציין לכבוד די חתונה
מיר זענען אנגעקומען צום זאל האַרט נאך די חופה אבער נאך אריינגעכאפט צו זען ווי דער חתן גיבט א טרעט אָן די כלה'ס ווייסע שיך - א סגולה פאר שלום בית זאגט מען-. דאס ניי-געבוירן פאָרל באגלייט פון די מאמע און שוויגער גייען לאנגזאם אינטערן רויטן טעפיך ביז צום יחוד שטיבעל האנד ביי האנד, ווען די טרערן פליסן פון צווישן די מוטער'ס אייגעלעך. אלע ארומיגע קוקן צו דאס ליעבשאפט וואס הענגט אין די לופטן, מיט געבעט און האפענונג צו דעם פון אויבן אז דאס מזל זאל אזוי שיינען ביז משיח'ס טאג
פעטער יאנקעל נעמט אפ די מזל טוב'ס מיט גרויס אנוטוזיאַסטישקייט ווי עס וואלט געווען א איין איינציגס. די האנד איז אים נאך פארקלעבט מיט די אראפ געטראָפטע חלב פון נארוואס פארלאשענע הבדלה
אונזערע קינדערלעך מארשירן אריין צו חתונה זאל אויסשטאָפירט מיט קליידונג ווי קינדער פונעם פירשט, משה'לע האט באקומען א נייעם אנצוג ווי א ערוואקסענער, מיט א "נעקטיי" און די גאנצען קלאַפער געצייג, דאס רעקל האט אפילו א שניט פון הינטן. די קליינע שיכלעך גלאנצן אז מען קען זיך קוקן דערין אין שפיגעל . ער קוקט אויס ווי א "לומעזין דרייווער" אז אלע האבן אים געקניפט אין בעקעל
די מוידן זענען גארנישט הינטערשטעליג, עלעגאנט, באפיצט און באשמירט, די האָר פארלאָקט ביי א ספעציאליסטקע וואס צייכענט זיך אויס מיט קעמען האָר פאר געשוויסטער פון די מחותנ'עסטע
דער מוזיקאנט טוט דאס זייניגע, אז מען קען פארטויבט ווערן און דעם אייגענעם קול נישט הערן. פעטער אליעזר זיצט שוין אויף זיין באשטימט פלאץ און האט שוין פארטיליגט אלע זויערע פיקעל פון אויבן אָן טיש
גיטע פריינט פון פעטער יאנקעל זיכן אים ארום און אלע עקן זאַל, ער איז נישט צום געפונען. ווייניג וויסן אז מען פאראייביגט אים יעצט מיט אלע קינדער אין יחוד שטיבל. גייען זיי אהיים מיט דער האפענונג אז דער מחותן יאנקעל וועט זיי גלייבן מארגן אז זיי זענען יא געווען
מיר שוואגערס דרייען זיך ארום זיכן א פאסיג פלאץ, מען מאכט א ענגע בארוטונג און דאס בעסטע ארט ווערט באשטימט דארט און דער זייט ווי קיינער באדערט נישט, מען גייט זיך וואשן, אלע שוואגערס אין די רייע, די קינדער שיקט מען זיי זאלן ברענגען דעם פאָרשפייז פון די פרויען, דארט איז אלעמאל פארהאן בעסערס. אלע בייסן אריין אין די המוציא און רעדן אויפ'ן טעלעפון וואס הערט נישט אויף קלינגען, די בייבי סיטער'ס רעדן זיך אלע אָפ אז די קליינע טאנצן ארום און די גרעסערע ווילן נישט פאָלגן. דער שוואָגער חיים שרייט אריין און טרייבל, "מענדע'לע כ'על דיך אזוי אָנפאטשן ווען איך קום אהיים אז דו וועסט מיך געדענקן" און לייגט אראָפ דעם טעלעפון א בייזער
איין פארשפעטיגטער שוואגער קומט אָן פון זיין אווענט דרימל מיט א בילקע אין האנט. מיר ווייזן אים אלע אָן ער זאל צוריקן א בענקל דא, דארט, נאר נישט לעבן מיר. ער רעדט זיך אפ פארוואס מען האט נישט געווארט אויף אים מיט די חופה. און סי שוין נישט איבער געבליבען קיין סעלמאן פיש. ווען דער געלט-גייער בעט אים א נדבה גיבט ער א קרום מיט'ן נאז און אקסל, נישט ווי זיין שטייגער, כאָ נישט
דער שפילער נעמט ענדליך אראפ די שפרינגעדיגע פינגער פון פיאנוי און גייט אויף פאזע, ער בעט א אינגעלע זאל אים ברענגען פון קאָך א טעלער פיש, ווען דאס אינגל קומט צוריק מיט'ן אוצר, שרייט ער "כא דער פארגעסן צו זאגן, "כאב ליעב דאס וויידל, גיי ברענג א וויידל אינגעלע" ווען ער איז פארטיג ווישט ער זיך אפ די בארד, לייגט צוריק אריין דאס פויק הייטל אין אויער און נעמט זיך מיט א פרישקייט צום קלינג קלאנג פון די זעלבע אויסגעדראשענע ניגונים. לויפט פון שטייטע קלעזמער צו שנעלע רעפ געוואנדען אינעם זינגער וואס קאָמאנדעוועט מיט זיין האלב הייזעריגער שטימע, קענטיג אז ער האלט שוין נאך 4 וואכען פון נעכטליכע זינגערייען. די לויזע אייער האט אים הפנים היינט נאכט נישט געהאלפן, ער קוקט אויס זייער ערשפעט און נישט מוטיג, פון דעסטוועגן זינגט ער פיבערדיק מיט'ן האפענונג אויף א שמייכל פון א דורכגייער
דאס איז טאקע משה מענדל, מיין חבר משה מענדל פון ישיבה מיט'ן דין-קוויטשיגע שטימע. אלע מלמדים האבן אים אלץ קינד געזאגט "משה מענדעלע, מיט אזויפיל שכל וועסטו א חזן אויסוואקסן" ער שטייט מיט די מייק אין האנד און זינגט א שלוש סעודות ניגון דערנאך קומט בן בג בג און צוריק צו פרוק ית ענך. איך זאג אים, "דו ביזט דאס משה מענדל? כאב געמיינט סי בען דעוויד" האט ער זיך גענומען בלאזן ווי א אינדיג, זינגן מיט א זיכערער קול העכער און שנעלער ווי דער בעל קורא מאכט א קרני פרה. און איך האב זיך עולם הבא איינגעקויפט
ווען ער זאל אונז אלע אויסטיילען די וואטע צום אויער און ער אליין געזינגען אביסל שטילער וואלט איך כאטש געהערט וואס דער שוואגער האט זיך אפצורעדן אויף די שוויגער, און די ווארימע ברכות פון פעטער יאנקעל וואס גייט יעצט ארום מיט'ן ברוינפן גלעזל אין די פיש זאפטיגע ידים אויסטיילענדיג זיינע ברייטהארציגע ווינטשן פאר אלע געשוויסטער
ער שטעלט זיך אפ ביי איטליכן פון אונז מיט זיין נייעם פרעכטיגן שטריימל. ער שוויצט ווי א ביבער אבער די שטערן שיינט אים ווי דער לבנה. יעדן איז ער מזכה מיט א ברכה צוגעפאסט לויט'ן געברויך, מיט פארמאכטע אויגן האט ער מיר געווינטשן איך זאל מיך אין די דירה אריין ציען אין א גיטע שעה. און דערנאך א דרוק געטון מיט די האנט ווי צו זאגן "ביסט א געהאלפענער
אינמיטען עסען די זיפ רופט א קינד אויס ביים הויך-הילכער "מעריב", אלע לויפן ארויס איבערלאזענדיג די הייסע בונדעל זיפ, ענדליך יאוועט זיך א בעל תפילה ווען צווישן השכיבינו קומט אריין א שכן מיינער און שאקעלט "נא, מזל טוב! וויאזוי ביזטו דא א קרוב יאנקעל? איך זאג אים נא, אהא, מעריב, ער פרעגט ווידער דאס זייניגע אבער וואס טוסטו דא מיט'ן שטריימל יאנעקל? און זאג נאר, ווער איז געווען סידור קידושין? ווארט דא איך וויל מיט דיר רעדן יאנקעל. און ווערט פארשווינדען
ביי די שטילע שמונה עשרה רופט איינער אויס "ווער עס האט געפארקט א קאר מיט'ן לייסענס פלעט "עקס וויי זי" כאפט יעצט א טיקעט, דער דרייווער -וואס האלט און מיט'ן שמונה עשרה- לויפט גיך ארויס
קוים איך זאג עלינו און דער קליינער נעפיו דוד'על זאגט מיר אין די אויער, יוטעלע זאגט זאלסט נישט פארגעסן אהיים רופען דעם בעבי סיטער צו מאכן זיכער אז די קינדער זענען וואויל
מען קומט צוריק צו קאלטע זיפ, און א אנדערע משפחה האט זיך שיין פלאצירט אויף אונזערע ערטער, אומבטעמ'ט מיז מען זיי אויפהייבען
דער כינעזער סארווער מיט'ן קאַפל אויף די גרויסע האר פרעגט יעדען "שיקען אָר סטעיק? אלע ווילן סטעיק מיטן אויסנאם פון דער קליינער דאַרער שלמה'לע, ער וויל נישט גראָב ווערן
דער מוזיק גראַגערט אז מען קען דיל ווערן, דערצווישן שפיר איך א ווארימקייט בלאזט מיר אין די אויערן, איך דריי זיך אויס זעה איך ווי דער שוואגער רעדט צו מיר, ווער ווייסט ווילאנג ער האלט שוין א דרשה און איך ווייס גאר נישט
איידער איך ענדיג אפלעקן דאס לעצטע ביינדל, איך דריי זיך אויס צו געבען שלום א שוועסטער-קינד און דער טעלער אז מער נישטא, איך וויל זעהן ווער עס האט גענומען און דער טיש צוזאמען מיט די אומאויפגעגעסענע געבראָטענע שוועמלען איז אוועק געשלעפט אין מיסט, דער טשייניזער אנטעסעמיט מאכט שוין ארדענונג. ווען מיטאמאל ווערט שטיל, א סקרוך גייט דורך די ביינער ווי נאר מען הערט די ערשטע סטרונעס פון דעם באקאנטן מארטש וואס צוזינגט זיך העכער און העכער מיט די בשורה אז דער קוים אויסגעפאסטער חתן קומט אריין איבעראשט און צוטומעלט פון די נארוואס פארענדיגטע איבערלעבענישן צווישן פיהר אויגן
זיינע ישיבה פריינט, בחור'לעך און שנה ראשונ'יקעס לייגן אים געשווינד ארויף אויף א בענקל און מען שאקעלט ווי א כפרה ארויף און ארום, דער קאָפ איז אים שוין גיט צוטרייסעלט נעמט אים דער ברידער ארויף אויף זיינע פליגל און לויפט ארום אלע עקן זאַל ביז דער שטריימל ווערט פארהאנקעט אין טשענדעליער. דאן ווארפט מען אים אראפ פון איקסל און ער זעצט זיך אראפ אינמיטען, אלע שטייען ארום אים ווי עס זיצט דער גענעראל פון פעטרעסבורג. יעדער שטיפט זיך צו רייכן די האנד, דער קליינער ברידער לויפט אים אקעגן אפווישן דעם נאסן שטערן, דער גרויסער שוואגער ברענגט א גלעזעל סאדא וואסער, שהכל נהי' בדברו, קוים איין טרינק און א רעוועלע איז שוין אין רינג, מיט צוויי פארגלייזטע אויגען כאפט ער אן די פייכט-פארשוויצטע האנד פון חתן און טאנצט, די לאנגע פיאות פליען אויף אלע זייטן צום ריטעם פונעם הקפה ניגון. ווי העכער די ארומיגע פאטשן אלס שטערקער מאכט ער צו די אויגן און איז זיך מדבק און באשעפער ביים מקיים זיין די אומגעהויערע גרויסע מצוה פון זיין א משמח חתן וכלה, ווען נישט א קינד לויפט דורך און ווארפט אים שיעור אנידער וואלט ער געטאנצען ביז ווען דער חתן כלה שטייט אויף
דערנאך קומט די רייע אויף די איבעריגע משפחה, יעדער באזינדער שטופט אריין דעם צווייטן, טאנץ דו, יעצט דו, נישט מיר נישט דיר טאנץ דער חתן מיט די לעצטע כוחות, ער האלט און איין ארויף ריקן דאס גארטעל וואס גליטשט זיך אראפ פונעם דזשי ענד דזשי כמו זיידענע בעקעטשע. די ארומיגע שטיפן צו א בענקל אבער מען לאזט נישט זיצן, פעטער מרדכי קומט יעצט צו גיין קורצע טריט אויפגעהייטערט, ווען די קינדער האלטן אים אינטער, ער טאנצט אז עס נעמט נישט א עק. מען שלעפט אריין נאך און נאך נאענטע און באקאנטע, זיי וואלטן זיך ליבערשט געדרייט יענע זייט בעט ווי צוקוקן ווי מען שלעפט דעם חתן ארינגעראַנגעראָזי
דער טראדיציע זאגט אז יעצט קומט דער פרישער שווער צום טענצל, אלע קינדער מאכען אים פריי א וועג, ער כאפט אן דעם נייעם גן עדן מיט א דרייסטקייט, האלזט זיך ארום און טאנצט די הקפות. אלע קינדער לויפן אויף פאראויס הין און צוריק, ווארפן אראפ אלע צוקוקער, מען עפענט אויף א דורכגאנג ביז כמעט אין פרויען זייט, ער ווערט שיעור דערינקן פון אייגענעם שוויץ, אטעמט הויעך מיט די לעצטע כוחות. ביז איינער דערבארעמט זיך מיט א בענקל פאר'ן חתן און זעצט זיך אראפ אפגעמאטערט
א בת קול איז געקומען פון א קליין מיידעלע, "דיין ווייב רופט דעך", אלע שטייען ביי די מחיצה, איינע קוקט ווי די בחור'לעך טאנצען א צווייטע ווארט אויפ'ן מאן. איך פאל שיעור אנידער פונעם לייטער וואס דער פאטאגרעפער האט אראפ געשטעלט לעבען מיינע פיס.
"יא וואס איז
נאטינג ספעשעל! ענדזשויסטעך
יא, איך גיי אריין טאנצען
יא אר? איי עם גאואינג טא וואטש יא
גיט, דערנאך קען איך גיי זעהן ווי דו טאנצט
זי לויפט אוועק
דער מוזיקאנט נעמט ווייטער אראפ די פינגער פון די גרויסע ווייסע קנעפ, מען רוהט זיך אפ. דער זינגער טרינקט א גלאז וואסער, דער חתן שמייכעלט צו זיינע חברים וואס רינגלן אים ארום, זיי ווילען וויסן אויב דער יחוד שטוב צערעמאָניע איז געקרוינט מיט סוקסעס. ער פינטעלט מיט די אויגן האלב פארשעמט, צו זאגען "גאנץ גיט"
דער און יענער ברענגט א פארמאכטן קאנווערט, דער ביזעם טאש האט נאך פלאץ פאר א פאָר טשעק'ס, זאל מען נאר ברענגען
מערערע ערשטע און צווייטע קאזינס שמוגלן זיך ערשט יעצט אריין מיינענדיג קיינער באמערקט זיי נישט. ווי נאר זיי גיבן די האנד איז געטובלט און ארויס
מען ברענגט אריין פארציעס אייז קרים וואס די גוים האבען נאך אריין געשטעלט אין פריזער יענע נאכט, עס האט אלע קאלירען ווייל פון די נעכטיגע ווייסע אייסעס איז איבער געבליבען צופיל, האט מען עס אריין געמישט און היינטיגען רויטע און רעסייקעלד. אבער פעטער מרדכי פארציקט דאס מיט גרויס אפעטיט שטייעדיגערהייט און פרעגט יעדען דורך גייער, פאָרסט אפשר קיין בורופארק
דא דארט ווערען געפירט א טוץ מיט געשעפטען פון באקאנטע און נאָנטע, מען ווערט געוואור אלצדינג, ווער עס האט לעצטענס געקויפט א דירה און וואס איז דער מצב מיט די פאלעסטינער. צו גייט מען אין קאנטרי, אויב יא ווי, וויפיל רומס, וויפיל צאָלסטע, צו כאב געהערט אז שמעון משה האלט ביים צושפארען דאס געשעפט. צום לעצט קומט דער שווער מאכען פאָרש-ארבייט צו סי דא עפעס נייעס ביי אונז
יעדער פלאפעלט און פרעגט "ווען גייט מען שוין בענטשן?" "ווער גייט גראמען? און איך וויל וויסן ווען גייט מען אהיים
דערצווישן קומט אריין דער בדחן מיט נאַסע צולאָדזשעטע פיאות, פרעגט זיך נאך ווער עס איז דער מחותן פון די אנדערע זייט, פארצייכענט זיך אין ביכעלע ווער ס'איז ווער, ער שטעלט צוזאם דעם פאָזל וועֶם מען וועט היינט באזינגען און באשמירן. ווען אלעס קלאפט גייט ער צום אבי החתן און האט צו אים א בקשה ער זאל אים פרובירען צו געבען מזומן ווייל די קינדער פאָרן אט אין קעמפ, דער מצב איז פחדים. דערנאך זאגט ער: דער אנדערער מחותן וויל עס מאכען טשיק שטאק, איר ווילט אויך
אקעי, אז ער וויל, בין איך מסכים
יעצט גייט ער צום אנדערען מחותן ווי אהרן הכהן'ס ארבייט, און זאגט
דער אנדערער מחותן וויל אויסלעשען די לעקטער 2 איר זענט מסכים
נָא ער באצאלט דאך. זאל זיין אזוי
אינימיטען ווערט א טומל, עס קומט אריין אין זאל דער וויאזוי-הייסטער וואס האט גילערנט מיטן חתן ווי זיך צו פירן, שטיפט ארויף זיין פארהויכטכע ברילן צום שפיץ נאָז, רוקט אראָפ דעם היט ביז איבער די שטעכיגע אויגן ברעמען און צולאזטע בארד, מאכט צורעכט די פיאות און טאנצט פון מזרח ביז צפון מיט'ן שם הוי' אז די אדערן אין קאפ קומען שיעור ארויס
דער חתן'ס טאטע קומט אריין אין רינג שעפענדיג נחת, ער פלאנטערט מיט די פיס, ווי דער שטייגער איז. לעבעדיג, פרעהליך, טרא-רא-ראם-באם-באם און דרייט אן אקאפעליע
אלע געשוויסטער פרובירען מאכן גיטמוטיג, די קליינע קינדער מאכען א באזינדער רינג און האלטן זיך אינטער אז מען לאזט זיי אויפזיין אזוי שפעט
אז מען הייבט אן די האָרא קומען צולויפן אלע אינטער דרייסיג, חברים פונעם חתן שלעפן אים אין א זייט און מען פאָכעט און האָפקעט ביז דער שווייס רינט אויף דע באָרד. מערסטענס קענען נישט טאנצען די טענץ, די וואס קענען יא ווערן אומגעדולדיג און מאכן א באזינדער רינג פאר די קענערס. דארט הייבען זיך די פיסלעך גענוי צום טיק ווי דער זינגער מאלעוועט
מיט שטאָלץ דרייען זיי זיך ארום ווי דער מארטש אויף דע פענגווינס, איינער א שלימואל האט נישט געקענט די פיס אויפהייבען גענוג געשווינד, האבען אים די חברים ארויס געשליידערט פון צוג ביז'ן זינגן פון דוד המלך טאנץ
די פרויען שטייען אלע אויף די בענק א בליק צו כאפן, משה'לע לויפט אויך אריין פרובירען זיין גליק, און מיט רעכט, ער האט דאך שוין א רעקל. ווען ער פאלט אום קומט ער מיר זאגען "די מאמעס טאנצען שענער
ווען א שטארק נאנטער חבר פינעם חתן טאנצט, טוט מען אים אָן א שטריימל, אויב איז ער דערצו א פויגל פייפן די חברים מיט'ן מויל. דער זינגער האלט יעצט אן אויג אויף די חתן רינג און אויף די מחותנים באזינדער. ער שוויצט אן אויפהער און ווינקט פאר'ן מוזיקאנט זאל שוין אויפהערן ווייל ער דערהייבט עס נישט
דער מוזיק שטעלט זיך ווידער אפ, מען רופט אויס "מע גייט בענטעשן אין צעהן מינוט - די כלה זאל אריין קומען", אין חתונה שפראך: "יעדער קען אהיים גיין" [אויסער די גאר נאענטע]" יעדער שטייט ביי די מחיצה און רופט ארויס זיין באשערטע, יאנקעל רופט מעכיל'ס אידענע, ווען זי קומט אן בעט מען איר זי זאל גיין רופען חייקעל'ס מאן, אזו טוט זיך א גערופעכץ און אפגעשמיסעכץ, "ווארט מיך ביי יענע קארנער", "קום ארויס ביז זיבען מינוט" איך גיי נאך זאגן מזל טוב די טאנטע דוואשע און איך קום"
ביז אלע זענען אינדרויסן און ביז ווען דער חתן טוישט זיך די קליידער און די כלה ווערט פריש באשמירט איז שוין א שטונדע און א האלב שפעטער און די פלייסיגע צווישן אונז דרימלן שוין. די גרויסע אויפ'ן טיש, די קליינע אויסגעשפרייט אויף צוויי בענקלעך
איך כאפ זיך אויף פין קליינם דרימעל ווען איינער פון די כלה'ס זייט וואס זיצט לעבן מיר האט באקומען ברכה אחריתא, מען ברענגט שנעל די פאטאגרעפירער צו פאראייביגן דער ניגונ'דעל און אז מען גיבט אים דער מייק הייבט ער נאכאמאל אן די זיבעטע ברכה פון אנפאנג
ערשט יעצט זעצט מען אריין דעם חתן אויבן אן צווישן די פרויען, דארט קוקט ער אויס ווי א יון אין די סוכה, דער בדחן סודות'ט זיך מיט די מחותנים און שטעלט זיך אין דער הייעך, הייסט יעדען זיצן, מאכט אפאָר וויצן, איינס געלונגט און דריי נישט. אלע בייסען זיך שוין די ליפן, ער טוט יעדן אריין פליקן, יעדען פעטער באזינדער, רעכענט אויס די עבירות פון קינדס קינדער
די ערשטע ווען מען אויסרופען פעטער לעיזער, מיט די זיידע גלעזער, יעדער דא קען עם, וועט קיינמאל נישט אריין אין גיהנם, לויפט אינעם רעגען דעם גאָס, אפצורעכטען תיקון חצות, א געוואלדיגער גאון הגאונים, יעדען צופרי פון די עשרה ראשונים, אויפגעשטעלט אזא שיינע שטיב, יעדער האט אים ליעב, אינדערהיים איז ער געווען א בארשען בינדער, געהאט א ווייב מיט 3 קינדער
בלאזט גיט א שופר, אין געשעפט א גיטער פארקויפער. שבת געלט איז א מנהג וואס ער טוט פון קינדווייז אן שטרעבען, וועט ער יעצט ברייט עפענען דאס בערזעל און געבען, זאל ער ווייזען פאר אלע, וויאזוי מען טאנצט פאר די כלה, שרייט אלע שרייט, מע גייט מע גייט
די קינדער און איידעמער פון פעטער גייען מיט צום טענצעל, יעדער זיכט א דאללאר אין די קעשענע מען וועקסעלט און בארגט, מען זאגט צו אפצוגעבן שפעטער. דער בדחן קרימט מיט די נאָז אז איינער דרייט זיך ארויס
פעטער לעיזער'ס עלטסטער זוהן הייבט זיך אינטער מיט די האלב פארקלעפטע אויגן און הערט נישט אויף צו געניצן. א אינגעלע ברענגט דאס גארטל אבער דער זינגער דארף פונקט מאכן א טעלעפון קאל, אָן אים ווייסט מען נישט וואסארא ניגון עס קומט אויף די רייע, ווען ענדליך דער זינגער וויל שוין זינגען האט א קינד אוועק געכאפט די מייק און די כלה שטייט ביז דעווייל אינמיטען דריידל, איינער זאל איר א כאפ טוען און זינגען דעם געדאטשקע
פעטער אליעזר איז שוין א איד אין די מיטעלע אכציג, אזוינע שפעטע שעות ווייסט ער ניטאמאל צו ער איז וואך אדער אינמיטען א טיעפן חלום, אבער די מומע ביילא האט אים נישט אהיים געלאזט ביז איצטערט, זי וויל זעהן ווי ער טאנצט. זי טרעפט א געניצטע פארשמירטע פאפיר פון טיש און ווישט זיך דערמיט אפ די אויגן, זי טוט קוועלען ווי דער מאן נעמט דאס גארטעל ווי א אינגעמאן און זינגט דעם אלטע'ן רבינ'ס לא תבושי ניגון. דערנאך טאנצט ער זעלבסט מיט'ן חתן אליין. דאס פריער צוקנייטשער שטערן בליטשקעט יעצט ווי א שיינטורעם. אלע מחותנים רוקן זיך ביסלעכווייז אריין אנטייל צו נעמען אין די געשעהניש ווי פעטער לעזער איז פרייליך. אז ער ווערט פארטיג באגלייט מען אים ארויס פון זאל און דער בדחן נעמט די פארבליבענע קרבנות אויפ'ן צימבעל
און יעצט וועט מען אויסרופען א רייכען פעטער, אים צו אויסרימען וויל איך בעטען א היתר, ער טיילט דאך אויס צדקה אן א שיעור, טרינקט נאר כשר'ע ביער, שוין גענדיגט ש"ס אן א צאהל, דף היומי לערענט ער קיינמאל
פעטער ישראל שלום -א פעטער פון די כלה- גלעט אויס דאס ציגען בערדעל, מיט'ן אריסטאקראטישען בליק קוקט ער זיך אים אויף זיינע ארומיגע און הייבט זיך אויף לאנגזאם, טוט זיך אריענטירען, נישטערט אין צוריסענעם בערזעל אָן אויפהער, וואלט מען געקענט מיינען אז מען רעדט דא פון א צוואנציגער כאטשיג. ער קנייטשט איין דאס גרין -איין דאללאר- בלעטעל אין שטיפט עס אריין באהאלטענערהייט צום בדחן אין האנט, ער בארעכטיג זיך און זאגט מיט זיין פולישער אקצענט "דער שוחט וואס קויליעט דעם טשיקען ערב יום כיפור באקומט אויך נישט מער"
ער גיסט זיך אן אביסעל וויין פון פעסל, גיבט לחיים די ארומיגע פיל מיט עמאציע און טוט דאס זעלבע ווי זיינע פאָרגייער, בריקעוועט מיט די פיס און אלע קינדער האבען הנאה ווי ער ווארפט מיט'ן גארטל אגרעסיוו צו אלע זייטן
פעטער גבריאל מיט'ן האמבורג היטל קוקט טאקע אויס ווי דער וועלטס נער, אז דער בדחן מאכט פון אים היבש חוזק, ביים טאנצען הייבט דער זינגער אן זינגען דעם צענטראלען חי' ד' ניגון, אז יעדער לאכט שוין טוישט ער דאס איין צו כי לד
ווען פעטער גבריא'ל וואס קוקט אויס פונקט ווי זיין ברידער -דער זיידע ע"ה- קומט נענטער צו די כלה כאפט אונז אלע אן א בענקעניש נאכ'ן זיידן וואס וואלט זיכער פארגעניגען געהאט צו זיצן דא מיט אונז. די שוויגער כאפט א בילד און מען קישט זיך מיט'ן פעטער וואס פארטרעט די משפחה ביי די עלטערע לייט. ער ווינטשט אן די קינדער און אייניקלעך און גייט אויך אהיים
מען האט שוין אויסגערימט אלע מעלות פון טאטע און שווער, מיר האבען אליין נישט געוויסט וואס פאר א ענבי הראזשינקע דא האבען זיך משדך געווען. ביידע מחותנים האָבן שיעורים און גיבן נאר מתן בסתר, האבן א גיט הארץ און האבן אריין געלייגט גרויסע כוחות אויפציעהן א חסידיש שטוב, אלע ביידע זענען גרויסע חסידים פון זעלבען רבי'ן און געבען זיך אוועק דעם אייגענעם קישן פאר א ארעמאן. דער הספד וואלט אנגעגאנגען ביז פארטאגס און עמערס טרערן וואלט געפלאסן ביז ארויס פון זאל ווען נישט מען מיז זיך נעמען איבערן חתן כלה זעלבסט
ווי שטענדיג הייבט זיך עס אָן מיט א משל פון א בן מלך, דער נמשל קען יעדער. דער בדחן באנעמט זיך לאנגזאם אז ווער עס ס'איז נאך אויף אין זאַל ווערט יעצט פארשלאפן פון זיין געמויזעכץ. ער מוסר'ט זיי אָן א פארציע ביז זיי וויינען און ווישן זיך די טרערען
דאן ער טוישט דעם ניגון און הייבט אן בענטשען דאס אינג פארעל און אלע וועקען זיך אויף
דער הויעך פונקט קומט אצינדער ווען דער חתן שטעלט זיך אוועק ווי א העלד פאר די כלה צו זינגען דעם אשת חיל, אלעמענס אויגן זענען געוואָנדען צום חתן ווי ער שטעלט זיך אויף און כאפט אָן שעמעוודיג זיין פרישע לעבענס באגלייטערן. די כלה שטייט אינטערטעניגט, ווי א קעניגן גלייך אקייגן איבער'ן קעניג מיט אראפ געלאזטע פארוויינטע אויגן פיל מיט באגער. דער לאנג ערווארטענער מאמענט וואס אויף דעם קוקן ארויס אלע עלטערען
מיר קלייבען צוזאם די שלאפעדיגע קינדער און מען גייט אהיים, מען ווינשט נאכאמאל די באבעס און מומעס מיט אלע געשוויסטער, מען לאדענט איין אויף שבת שבע ברכות און זאל דער אייבערשטער העלפן אז דאס אינג ביימעלע זאל זיך צו בליעהן און פרוכטבארן צום שיינקייט פון די גאנצע משפחה

No comments:
Post a Comment