די שטאָט איז פיל מיט היימלאָזע אינגעלייט וואס זיכען ערנערונג אין רעסטוראַנען אדער גראָסערייען. קופקעס אינגעלייט דרייען זיך און פרייען זיך, שמועסן אויף די גאסען פון אַלט און ניי וויליאמסבורג איבער אלעם אומ-אינטערסאַנט מיט'ן גרעסטען מאָס רואיגקייט ביז אין די פינסטערע פייכטע נאַכט שעה'ן. אבי נישט צו זיצן אליין אין שטוב און דארפן הערן וואס די אידענע אויפ'ן אנדערע זייט טרייבל האָט צו פארציילן איבער'ן פארלאָפענעם טאָג אין קאָנטרי, וויפיל די קליינע האָבען יאָ אדער נישט געהאָרכט און וויפיל בלינדע מציאות מען האט איינגעקויפט ביים הענדלער וואס איז געקומען פארקויפן שמאָנצעס גלייך ווען די מענער זענען אהיים געפאָרן
א איד וואס פרובירט איינצושלאָפען דערהערט דאס געשפרעך פון א געווירבעל אין גאַס, קומט ער אויך אראָפ שוין אין אויפגעקנעטענע באָרד מיט די שלאָף-שטעק-שיך וואס איז אָפן אז אלע קענען זעהן די אום געשניטענע נעגל וואס שטאַרט ארויס פון די צילעכערטע שטרימפ
נאך איינער וואס קומט פון מעריב שטעלט זיך צי, יעצט שטייען אלע אין א רינג ווי אין איין גאַרטעל, מען שטיפט זיך און קריגט זיך, אָט האלט שוין זרח דעם אָרעם פאר ברוך און פירט אים אראָפ פון סייד-וואָק, לייגט די האנט אויף זיין הוקער און מורמעלט איהם עפעס אריין אין אויער, א צווייטער בליקט פון דער זייט און אלע קומען צו גיין ביז אין גאָדער אריין מיטצוהאלטען דעם העכסט אינטערסאַנטען נייעס
איינער עפענט די נעכטיגע בריוו פון פאָסט, א צווייטער בלאָזט רויעך פון ציגארעט און יעדער געניצט פויל און מיעד. פרייליך זענען אלע, מען ניצט אויס דאס פרייהייט פון קענען אהיים קומען ווען אימער
אז עס דוכט זיך איינעם פון אונזערע שפאַצירער אז א שוואַרצער ערל האָט אים קרום אנגעקוקט איז דער דרייסטער אינגערמאן שוין גרייט צו רופען די חברה שומרים און מאכן א שטיקל ויצעקו, אז ס'געלונגט קוועלט מען ביזן זיבעטען הימל. דערווייל קומט דער שחור נאנט און בעט די אינגעלייט מיט דרך ארץ זיי זאלן זיך אראפ רוקען פון גאס ער זאל קענען אדורך פארן
אנדערע שכינים רופען צום קאָנטרי אויפ'ן וועג אהיים פון נאַכטמאָל, מען קען הערן די געשפרעכן ביז יענע זייט גאַס. איין אידל האט אזוי הויעך גערעדט אז דעם אנדערען צופרי ווען כ'האב אים דערמאנט ער זאל נישט פארגעסען צו טראָגן אין קאָנטרי א פעקל פעמפערס מיט די גרינע הויזען פאר שאול'י האט ער מיך געפרעגט צו זיין פרוי האָט מיך אויך געבעטען די זאכען
די לאנגע הייסע קאָנטרי נעכט נעמען מערערע פאר לייכט דאָס עסן אין דער גאס, אז דער זון גייט ענדליך אוועק און די לעמפ פון גאס גיט ארויס איר פארדימפעצטע שיין, זיצן אפאָר פון מיינע שכינים און טרינקן קאַלט'ס אדער קראַכן געזאַלצענע ניס אויפ'ן שטיינערנע באַנק מיט'ן פיס ארויף און וואַרפן די קערענדלעך אויף דער ערד יעדער פאַר דעם שכן'ס פיס
דאס איינציגע גערידער וואס מען הערט זענען די קלאַפענישען פון עירקאָנדישענס פון די פארבליבענע-שטאָטישע אידן און די עראָפלאַנען וואס פליען פארביי. עס מאכט נישט אויס אז די פליגן ווילן בייסן און די פייער בינען רייצען זיך ארום לויפענדיג איבערן קאָפ, נאך שיין זיי גיבן א זשומע אריין אין די אויערען, א וואָרענונג צו געבן אז זיי זענען אָט דא צו צאַפן אביסל אידיש בליט מיט רויע פלייש פאר נאך-שפייז
פון וואַנעט זיי קומען אריין צו מיר אין שטוב ווען טיהר און טויער איז פארשלאָסן, בלייבט מיר אומפארשטענדלעך
אז מען קומט שוין אהיים צו א אומעטיג און ליידיגער שטוב קען מען זיך דען לייגן גלאַט אזוי? קלינג איך אָן אפאָר חברים צו הערן וואס זיי טוען אויף א גרינעם מיטוואָך ווען דער הויז איז שטיל, דער פריזשדער איז ליידיג, מען קען היינט אראָפ ווארפן דעם רעקל אופ'ן טיש און קיינער זאָגט נישט א וואָרט. דער קלאַפ פון וואַנט זייגער אין קאָך הערט זיך ביז אין שלאָף צימער
צום ערשט רוף איך מיין חבר מענדל, ער איז אויך מיט אונז אין קאנטרי און פרעגט כסדר וואס איך טוה אין די פרייע צייט דורך די איינזאמע וואכן נעכט. איך ענטפער אים שטענדיג אז איך גרייט זיך אויף א סיום הש"ס
האלוי, מענדעל, וואָסי נייעס?האַ? ווער אי דאָס יאנקעל! ווער?איך יאנקעל!אהה וואָסטע געוואָלט? זאגסט מער אייביג איך קאָל נישט, דא בין איך! וואס? אָקעי, זיי מיר געזינד! נאַ, הענג נישט אויף! וואָס? יאנקעל! איין מינוט! אךךך שששאאאָטס וואס האט פאסירט? האסט מיך געמאכט אויט, כ'האב געשפיעלט טעֶטריס אה אנטשולדיגט סוי וואס זאגסטע? זיי געזינד נאַ יאנקעל, האסט שוין געגעסען סאַפער וואָס קלערסטו? צעהנע ביינאכט? אהה איך האלט נאך פאר סאפער, סי שוין צעהנע?? קוק שוין, איך שפיל שוין טעטריס זינט זיבענע. איך לויף עפעס עסן כעל רעדן
דורכ'ן יאָר אז עס פאָרט פאַרביי די פאליציי מיט קולות הערט מען נישט, הלילה הזה איז דער אויער עמפינדליך צו יעדען געשריי. יעדער צוגייט אהיים צו זיין ליידיגע נעסט מיט א רואיג געוויסן, ווי נאָר מען קלאַפט אָן די קליאַמקע פון טיהר שלאָפט מען באלד ביז מען וואַכט זיך צו א ניי געבאָרעדיג טאָג, נישט וויסעדיג צו ס'איז פאר-טאג צו פאר-נאכט
אויף דעם שבת האָבן מיר שוין ווייניגער צו שלעפן. דאס ווארט "ווייניג" באדייט, איך האב נישט געדארפט אנקניפען רענצלעך צום דאַך און כ'האב געקענט ארויסקוקן פון הינטערשטן שפיגל ביים דרייווען
די קאַר איז ווי פון זיך אליין געפארן אויפ'ן אומגעפלאַסטערטן בריקל וואס טראָגט צום קאָנטרי, זיך איינגעדרייט אלע שטעגן און וועגן ווי א געשולדעטער סאלדאט
מיט א געהויבען געמיט ברום איך שטיל אינטער דעם ניגונ'דיל וואס שפילט אויפ'ן סי-די, ווען עס קומט אריין א צאָק פון די צוויי פאָדערשטע פענצטער. א סטאַדע הינגעריגע הערשן לויפן ביי דער זייט פון טראטור מיך צו באגריסען
איידער די קאַר שטעלט זיך אָפ קומען זיי שוין צו לויפן, משה'לע פאָכעט מיט א צווייגל אין האנט, ווי א טרעפיק פאָליס ווינקט ער מיר, דאָ מאך א רעכט'ס. שטעל זיך דאָ. און זיי העלפן מיר אריין ברענגען די טלית און תפילין מיט די איבעריגע חפצים
די קינדער גייען שלאָפן שפעט דאנערשטאג ווייל טאַטי קומט באלד, און פרובירען זאָל איך קומען מיט ליידיגע הענט
אפילו די פרוי קוקט זיך צו מיט נישט ווייניג קנאה, אפשר פאָרט איז דאָ עפעס פאר איהר. און אז מען זיכט טרעפט מען. דאס פעקעל שמוציגע וועש ברענג איך איהר אהיים יעדע וואך אן אויסנאם
דורכ'ן יאָר אז עס פאָרט פאַרביי די פאליציי מיט קולות הערט מען נישט, הלילה הזה איז דער אויער עמפינדליך צו יעדען געשריי. יעדער צוגייט אהיים צו זיין ליידיגע נעסט מיט א רואיג געוויסן, ווי נאָר מען קלאַפט אָן די קליאַמקע פון טיהר שלאָפט מען באלד ביז מען וואַכט זיך צו א ניי געבאָרעדיג טאָג, נישט וויסעדיג צו ס'איז פאר-טאג צו פאר-נאכט
אויף דעם שבת האָבן מיר שוין ווייניגער צו שלעפן. דאס ווארט "ווייניג" באדייט, איך האב נישט געדארפט אנקניפען רענצלעך צום דאַך און כ'האב געקענט ארויסקוקן פון הינטערשטן שפיגל ביים דרייווען
די קאַר איז ווי פון זיך אליין געפארן אויפ'ן אומגעפלאַסטערטן בריקל וואס טראָגט צום קאָנטרי, זיך איינגעדרייט אלע שטעגן און וועגן ווי א געשולדעטער סאלדאט
מיט א געהויבען געמיט ברום איך שטיל אינטער דעם ניגונ'דיל וואס שפילט אויפ'ן סי-די, ווען עס קומט אריין א צאָק פון די צוויי פאָדערשטע פענצטער. א סטאַדע הינגעריגע הערשן לויפן ביי דער זייט פון טראטור מיך צו באגריסען
איידער די קאַר שטעלט זיך אָפ קומען זיי שוין צו לויפן, משה'לע פאָכעט מיט א צווייגל אין האנט, ווי א טרעפיק פאָליס ווינקט ער מיר, דאָ מאך א רעכט'ס. שטעל זיך דאָ. און זיי העלפן מיר אריין ברענגען די טלית און תפילין מיט די איבעריגע חפצים
די קינדער גייען שלאָפן שפעט דאנערשטאג ווייל טאַטי קומט באלד, און פרובירען זאָל איך קומען מיט ליידיגע הענט
אפילו די פרוי קוקט זיך צו מיט נישט ווייניג קנאה, אפשר פאָרט איז דאָ עפעס פאר איהר. און אז מען זיכט טרעפט מען. דאס פעקעל שמוציגע וועש ברענג איך איהר אהיים יעדע וואך אן אויסנאם
מען האלט זיך הינגעריג אגאַנצען טאָג צום סאַפער וואס ווערט ערוואַרטעט אין קאָנטרי. אלע אידענעס מאכען דאס זעלביגע נאַכטמאָל יעדען דאנערשטאָג, עס קען געמאָהלט זיין אפילו, אז איין אידענע מאכט דעם סאַפער פאר אלע שכינים, צוליב א שמועס וואס איך האב געהערט אין מקוה יענע וואך פרייטאג צופרי פון צוויי שכינים ביידע האבען זיך אויפגעטון מיט די פיינע לאַזאַניעֶ וואס זיי האבן דאס ערשטע מאל באקומען אויף סאפער, איך האב זיך געשעמט צו דערציילען אז איך בין אויך פון די וואס האבן דאס געהאט אויף נאַכטמאָהל
כמעט- אלע אידענעס גייען היינט אין אווענט ארום מיט א שמייכעל לכבוד'ן אנקום פון די מענער. מען שפאצירט אויפ'ן פרייען פעלד אינטערען שיין פון דער האַלבע לבנה און מען שטייט אויף שפעט. וויפיל אזייגער מען קומט אין שוהל צופרי מאכט זיך אייביג נאך ניין וואס ווארטען אויף מיר שרייענדיג קום אריין ביזט דער צעֶנטער
אפילו די אלמנה מרת שטיינווארצעל לייגט אוועק דאס ברוין זעקעל שטריק-נאדעל ביז מאנטאג צופרי. מען זעהט באשיינפערליך ווי דער אטמאספער טוישט זיך פון הויעכע פרויען געשפרעך און לאכעריי אויסברוכען צו איידעלע מאן און ווייב ברומערייען אויף די פארטשן
פרייטאג האט זיך אנגעהויבען פריער ווי געווענליך צוליב חנה'לע וואס האט פארופען אלע פרעֶנדס צו אונז אין באנגעלוי אויף א פידזשאַמע פאַרטי. זי האָט פארטיילט זיסווארג מיט ברויט פאר אלע קליינע, זייערע געשרייען האָבן מיך ארויס געיאָגט פון בעט פריער ווי געווענליך. שפרה'לע איז שוין אריין געטאַנצען צו מיר אין בעט זעקסע פארטאָגס און דערלאנגט דעם וועכענטליכען פלאם-פייערליכען קיש אין באַק אז מען קען איצט גיין דאווענען
ביז'ן שוהל מיז איך אדורך שפאצירן בערג און גריב ווען געוויסע שכינות קוקן מיט באדויער און לאכן זיך אינטער פון מיין פריצייטיגע שוהל גיין, דאָרט שטייט שוין לייבעל מיט איין פיס אין שוהל און דאס צווייט אויף די טרעפ, טרינקט א קאַווע און בלאָזט אָן דעם האָריזאנט מיט ציגארעט רויעך, ער שאָקעלט דעם גיט מאָרגן ווי עס וואלט א שאָד געווען א וואָרט אויסצוניצען
דורכאויס די וואָכען טעג ווען קיינער קומט נישט און גייט נישט שטייט די גראָז וואס וואקסט ארום דעם שוהל שיין און שטאָלץ אומצוטרויטען, ערב שבת צובייגען איר די שוהל קומער. די פאָלגענדע וואָך שטייט זי ווידער אויף תחית המתים אויף עטליכע טעג
אין ביהמ"ד זעלבסט גייט שוין אונזער ר' פייוועל ארום מיט די בלעכענע פושקע און א תהלים'ל ער רעדט אבער נישט אויס נאָר שמייכעלט פון אינטער די דיקע ברילען און גרויסען קאַפעל. קענטיג אז די וואַרע נעכטען איז געווען גאר געלונגען. ער קרעכצעט זיין "אוי רבונו של עולם" און ענדיגט אפ דאס קאפיטעל מיך צו פרעגען קאלטערהייט "ווען ביזטע געקומען"? ווען איך פארצייל אים אז איך בין שוין געווען נעכטען פאר מעריב, מאכט ער זיך כאילו עס אַרט אים נישט, נישט חבר און נישט ברוגז. פון אינטער די צינג זעה איך אבער אז ער האָט יא אביסעל פאַרדריס אז איך האָב אים נישט מיטגענומען
געזאגט האט ער, ער וועט מיך נישט באַכלעפטשען אים אפצונעמען פון שטוב, דערווייל פארגעסט ער פון זיין צוזאָג צו לאזען מנוחה און רופט מיין סעלעפון מאנטאג און דאנערשטאג און צומאל דינסטאג און מיטוואך אויך, אז איך הייב נישט אויף רופט ער אין דער ארבייט און לאָזט איבער א קלאָרען מעלדונג איך זאל צוריק רופען ווייל סי וויכטיג, ער פארציילט מיר איבער זיין פארשטאָרבענע מומע און פרעגט מיך אן עצה איבער א שידוך
נאכען דאווענען גיבט ער מיר כיבוד וואס ליגט אים אין טלית בייטעל פון נעכטען און מיר זענען ווידער פאַניע בראַד
דאָס וואַסער אין סווימינג-פול איז שטיקיג הייס, פיהל מיט בלעטער און הייסע שטרוי געמישט מיט זאַמד און בלאָטע, קינדער טאַנצען אויף די קעפ פון די ערוואַקסענע. משה'לע וויל איך זאָל אים נעמען אויפ'ן איקסעל און אריין פירען ביז אין די טאַטע וואסער
א יצמח ליגט אינדרויסען אויף א קאָלירט-געפלאָכטען בענקעל ווי א פאַציענט ביים דענטיסט. אלע וועש ליגען צופלויגען ארום אויף די הייסע קוילען. דאס ווייב האָט אים עהרליך באשמירט דעם ריקען מיט ווייסע שמיר ער זאל זיך נישט צובריען ח"ו. מיט א צועפענטען צייטונג מאכט ער אן איינדרוק ווי ער ליינט א שפאנענדע פארזעצונג ווען א וואַרים ווינטעל מישען אירע בלעטער
ער לעקט געמוהטליך אַ אייז-קרעים וואס רינט ביז אין די נאָפעל אריין, און שרייט אויף אלע קינדער אז דא איז נישט קיין מקוה. דער זעלבער שרייט שפעטער אין מקוה דא איז נישט קיין סווימינג פאָל. פון צייט צו צייט פארמאכט ער דעם לעפעל פון אויג, זאל עס אויך ברוין ווערען
די אינגע-לייט קומען אָן איינציגווייז און שפילען מיט'ן באָל זיי מאכען צונויפרופען אז די קינדער לויפען ארויס אלס דרך ארץ פאר די זאַך קענער. צו זייער גליק איז דער באָל געפאלען ביי אונזער יצמח אויפ'ן נאָז, ער האָט געמאכט אזוינע געשרייען ווי א הצלה רוף ביי נעילה
ער בלייבט זיצען ווי א הון איבער די אייער און שרייט אָן אלע דורך גייער, אז מען בארואיגט אים ענדיגט ער לעקען דאס פארבליבענע צולאָזטע אייזקריעם. דאן רופט ער זיין אינגעלע און שיקט אים ער זאל גיך גיין קוקען "צו די קיגעל איז שוין רעדי", ווי דער פייגעל וואס נח האט געשיקט פון דער תיבה קומט ער אוודאי נישט צוריק
שטיפט ער דאס פיס אין וואסער אריין, און לויפט גלייך ארויס ווי א אפגעבריהטער, לאנג נאכן אהיים גיין דערציילט ער נאך יעדען פון זיין פיינע שוויים
דער אייגענטומער פון קאנטרי קומט מיט אונז שווימען איינמאל א זימער ערב די ניין טעג, ער רעדט אויפ'ן טעלעפון דער גאנצע צייט, שיעור וואס עס פאלט נישט אריין אין וואסער פון געוואַקעלעכץ און גרויס עסעניש איבער א צובראכענעם קראַן וואס ברענגט דאס וואסער צו די באָנגעלויס. אז מען פרעגט אים ר' חעזקעל ווען עט איר פאריכטען דאס צובראכענע פריזשדער
זעהסט איך נישט בין אויף א וויכטיגע קאָל. - זאגט ער
ער שפרייזט ארום דעם אפענעם וואסער צוקאָכט, ווען ער ווערט פאַרטיג, טובל'ט זיך אין וואסער אנשטאָט אין מקוה, אז מען האַלט אים פאָר, ס'פאַסט נישט ר' חעזקעל, סטראשעט ער, כעל מיך נעקסטע וואָך אויך קומען זייפען דאָ
איידער ער פארלאזט דעם שווים-באסין דערזעהט ער א קליין מיידעלע און שרעקט איר אָן מיט א געוואַלד "ארויס די חאַמערייזעל
און ווער פארשטייט נישט ר' חעזקעל? ער וואונט צווישען די בערג מער ווי אין שטאָט. זייט א טאָג נאך פסח קומט ער ארויס צו פאָרען און פארבלייבט דאָהי ביז מען מאַכט התרת נדרים, מאנכע זאגען ער קומט אפילו ארויס אינמיטען יאָר איטליכע מאל צו מאכען זיכער אז זיין פארמעגען איז אומגעשעדיגט
מוצאי פסח ווי נאַָר עס ווערט אויס, און דאס ווייב פאקט אוועק די פסח געשיר, שטייט שוין ר' חעזקעל איבער א אָפענער באַקס און ווארפט אריין זיינע קלאַפער געצייג און מען פאָרט צוגרייטען די באנגעלוי'ס. ער איז איינגערישט און אויסגעשטאַט פון א באָטעלע אספירין ביז'ן גרויסען פיש טאַנק, אלעס ברענגט ער ארויס. גענוג בלויע העמדער און קאלאָשען פאר די שניי
ער פארציילט אונז בחרם אז ער קאָלט אפילו נישט אהיים איבער די וואָך נאר קומט אָן ערב שבת צו טועמי'ה
ר' יחזקאל, אן אמעריקאנער געבוירענער. פירט א אונגאריש שטוב. די קינדער גייען אפילו אין סאמעטע היטען שבת, ער איז נידעריג און ברייט, די באָרד צוזילבערט זיך אים שוין איבער די געשוואָלענע רינדיגע באַקען און זיינע לאנגע צושפאָלטענע פינגער זאגט עדות אויף א לעבען אינטער באָנגעלויס אין רוי האָלץ, זיין שווערע שטימע ווארפט אן א פחד אויף די פרויען וואס קומען מיט אים אין בארורינג
זעהסט איך נישט בין אויף א וויכטיגע קאָל. - זאגט ער
ער שפרייזט ארום דעם אפענעם וואסער צוקאָכט, ווען ער ווערט פאַרטיג, טובל'ט זיך אין וואסער אנשטאָט אין מקוה, אז מען האַלט אים פאָר, ס'פאַסט נישט ר' חעזקעל, סטראשעט ער, כעל מיך נעקסטע וואָך אויך קומען זייפען דאָ
איידער ער פארלאזט דעם שווים-באסין דערזעהט ער א קליין מיידעלע און שרעקט איר אָן מיט א געוואַלד "ארויס די חאַמערייזעל
און ווער פארשטייט נישט ר' חעזקעל? ער וואונט צווישען די בערג מער ווי אין שטאָט. זייט א טאָג נאך פסח קומט ער ארויס צו פאָרען און פארבלייבט דאָהי ביז מען מאַכט התרת נדרים, מאנכע זאגען ער קומט אפילו ארויס אינמיטען יאָר איטליכע מאל צו מאכען זיכער אז זיין פארמעגען איז אומגעשעדיגט
מוצאי פסח ווי נאַָר עס ווערט אויס, און דאס ווייב פאקט אוועק די פסח געשיר, שטייט שוין ר' חעזקעל איבער א אָפענער באַקס און ווארפט אריין זיינע קלאַפער געצייג און מען פאָרט צוגרייטען די באנגעלוי'ס. ער איז איינגערישט און אויסגעשטאַט פון א באָטעלע אספירין ביז'ן גרויסען פיש טאַנק, אלעס ברענגט ער ארויס. גענוג בלויע העמדער און קאלאָשען פאר די שניי
ער פארציילט אונז בחרם אז ער קאָלט אפילו נישט אהיים איבער די וואָך נאר קומט אָן ערב שבת צו טועמי'ה
ר' יחזקאל, אן אמעריקאנער געבוירענער. פירט א אונגאריש שטוב. די קינדער גייען אפילו אין סאמעטע היטען שבת, ער איז נידעריג און ברייט, די באָרד צוזילבערט זיך אים שוין איבער די געשוואָלענע רינדיגע באַקען און זיינע לאנגע צושפאָלטענע פינגער זאגט עדות אויף א לעבען אינטער באָנגעלויס אין רוי האָלץ, זיין שווערע שטימע ווארפט אן א פחד אויף די פרויען וואס קומען מיט אים אין בארורינג
אזוי ליגענדיג אינטערען סינק צו פאריכטען א פאַראָסטיגטען קראַן פסק'נט ער זיי איינוועגס לייכטע שאלות -אז סע'מאכט זיך- ביי א מילכיג לעפעל אז ס'פאלט אין א פליישיג טאָפ
אין יעדען שמועס מיט זיי, אפילו פאָליטיק ווארפט ער אריין א פסוק פון קהלת אדער א ווערטעל פון מדרש. צו ווייזען קליגשאפט צו זיינע צוהערער
ווען מען באקלאגט זיך אים אז דאס וואסער ווערט נישט הייס, זאגט ער "צוויי שכינים קענען נישט ניצען הייס וואסער די זעלבע צייט" און די פרויען ווייסען ער היט זיי דורך די וואָך פון אלעם בייזען, ווען עס דוכט זיך זיי אז א גוי איז אריין געקומען אין קאָנטרי גייט ר' חעזקעל ארויס מיט א האלצערנעם קאָך לעפעל און מאכט זיכער אז א אומגעווינטשענער קומט נישט אריין
פרייטאג פאר'ן צינדען האט זיך דער לעקטער קורצגעשליסען, עס איז אנשטאנען א פאַניק פון נישט האָבען טשאָלענט ח"ו. א פארצייטיגער רבי נתן וואלף איז ארום געגאנגען צו אלע ארומיגע באָנגעלויס שוין מיט שבת'דיגן קאַפטען עצה'ן דעם עולם מען זאל באהאַלטען די טעפ אינטער די דאָכענע "ביז דער פון אויבען וועט זיך מרחם זיין און צוריק אריין שיינען
ר' וועלוועל איז א ג-ט פאָרכטיג איד פון אלטען סאָרט, הויעך און שמאָל אז מען האט מורא דער הויעכער גוף זיינע זאל זיך נישט דורכברעכען, אלעס איז אים רויט, די באָרד די פיאות, דאס פנים איז באהאנגען מיט רויטע פלאַטערלעך, און די אויערן איז שטענדיג היציג רויט ווי א שטייגער איינער פון די "וויילד וועסט". ער וועט מיט קיין אידענע א וואָרט נישט טוישען אפילו מען זאל אים הענגען
אין קאנטרי האט ער מיט קיינעם אפיהר, ער פאַסט זיך אריין ביי אונז ווי א בליץ טראָפ אין א דאָזען אייער. ער קומט נאָר צו אונז ווייל די פרוי זיינע טראָגט די אויער רינגלען אין שטוב. ר' וועלוועל אבער, רעדט נישט מיט קיינעם אויסער מיט די אינגלאך און צומאל ווען עס פאלט אים ביי א חידוש זאגט ער עס איבער דעם דיין שליט"א. מיט די קליינע מאכט ער א חברת תהלים און טיילט זיי לאַליס, די קינדער זאגען ער איז א ל"ו צדיק
ווען די זין שטראַלט אריין צו אים אין באנגעלוי פון צווישען די ביימער זעהט ער אויס ווי איין גרויס שטיק פייער אז אפלו די פויגעל פליעהן נישט פארביי
הראי' זיין ברכה איז מקוים געווארען, צו האלבער נאַכט האָבען אלע לעמפ זיך געגעבען א צינד אָן, אויפאמאל ווי אפגעשמיעסט. מען האט געמיזט אויפוועקען אַן ערל צו מאכען טינקעל אין די שלאָף צימערען אבער אז מען עסט נישט ווארעמס איז מען א צינויסט -זאגט ער פאר אלע וואס עפענען אים די טיהר. און לויפט ארויס שעפשענדיג, נו לאמיר גיין ווייטער. די נאַסע לאנגע פיאות מיט די וואָלענע ציצית לויפען אים נאָך אין די אינגלאך פרייען זיך מיט די דראַמא ווי דער תמימות'דיגער ר' וועלוועל מאַכט שווארץ שבת
אין שוהל ארבעט יא דער לעקטער, איבער די גרויסע לאנגע ווייסע טישטיכער איז פרייטאג נאכט צוגאָסען א שבת'דיגע ליכטיגקייט, ביים טינקעלען פענצטער וואס שפיגעלט, זעה איך ווי דער עיר קאנדישען בלאזט מיר די האָרעלעך פון שטריימעל, א סימן ס'איז פיין קיהל
דער דיין זאל לעבען, גיט מיר שלום -ווי דער דין אז גיטע פריינד זעהן זיך נישט דריי טאָג- אז ער זעהט וועמען מען שיקט צו צום עמוד נעמט ער נאך אפאָר ספרים אין האנד און זעצט זיך אוועק ביים מזרח וואנט מיט די האָפענונג אז איינער זאל אים א שאלה פרעגען און יעדער זאל זעהן ווי ער ווייקט זיך צווישען די בלעטער מיט א פארקנייטשטען שטערען און פרומער מינע
דער קליינער שלום לויפט ארום ביי שטילע שמונה צו זיינע חברים, "נאך זעקס וואכען און מען פאָרט אהיים חברה" ביי לכה דודי שלאפען ארום אים אלע זיינע 4 אינגלעך און בייזערט זיך "פארוואס קען מען נישט זינגען אביסעל שטילער?, "די קינדער וועקען זיך אויף
עס הערשט א יום טוב'דיגע שטימונג אין קאָנטרי, א קלייניגקייט, איין שלום זכר אין קאנטרי וועגט איבער צעהן אין שטאָט
דער שמש קלאפט דריי מאהָל און רופט אויס דעם זכור מיט א שטייפער שטימע, אפילו יעדער ווייסט ווער איז דער בעל זכר און ווי עס וועט פאסירען, דאָך ווערט א שטימע שטילקייט און יעדער הערט זיך איין מיט אָפענע מיילער. א זכר וועט זיין און דער גאנצער קאָנטרי איז אויפגעריכט געווארען
דער שכן האט שוין ענדליך געהאט דאס קינד,
אלע אין קאנטרי האבען מיטגעהאלטען פון דער נאנט און געוויסט פונקטליך ווי שפעט אין צענטען חודש, יעצט זענען אלע פארנומען מיט די גליקליכע מאמע וואס האט געהאט דאס זעקסטע -קיין בייז אויג
אלע אין קאנטרי האבען מיטגעהאלטען פון דער נאנט און געוויסט פונקטליך ווי שפעט אין צענטען חודש, יעצט זענען אלע פארנומען מיט די גליקליכע מאמע וואס האט געהאט דאס זעקסטע -קיין בייז אויג
זי איז די וואך אנגעקומען אין קאנטרי צום גרויס פרייד פון אלע איינוואונער, ווי זי וואלט געהאט דאס ערשטע נאך אכצען יאָר. יעדער טראָגט אן צו קאָכען א סאַפער אדער קושקע פאר'ן זכור
ביים ארויסגיין פון שוהל גיבען אים אלע נאכאמאהל מזל טוב, ער ווערט דערטרינקען פון די אלע הענד דארע, לאנגע בלייכע, האָריגע און פעטע. ר פייוועל -שוין באַלד א זיידע- זאגט מיר אויפ'ן וועג אהיים "אזוינס? וואס מאכט מען א וועזען? איך קען אויך האבען א זכר איבערעס יאָר, און כעל טאקע! אז סעט זיין א אינגעל וועל איך אפילו דעם פדיון הבן מאכען מאכען דא אין קאנטרי, גיט שבת יאנקעל, איך קום נישט צום זכר, סי פאר אינגע- זאגט ער
יעדער וויל א גלעזעל ביהר פון א פלאַש וואס שוויצט פון דרויסען און פון תנור ראשון. אויב סי שוין אָפען קרומט מען די נאָז, "האסט נישט א צוגעמאכטע?" אומבאמערקבאר גיסען זיך אריין גאלאנען ביהר אין די בייכער פון אידישע קינדער וואס זעהן דערין א הכנה צו א מצוה, טאָ וויאזוי וועט שוין די מצוה אליין אויסזעהן
דער אבי הבן, נישט קיין גרויסער פארדינער האָט נעבען געמיזט אנקויפען הייסען קיגעל מיט טשאָלענט. די מייז וועלען א גאנץ ווינטער צונעמען וואָג פון די ראָלאַשען מיט רינדיגע טאָרטען יעדער איז פאַרטון אין שמעלץ טאָפ פון געפעפערטע בונדלעך רינדיגע און לענגליכע געמישט מיט פיינעפעל און צעשניטענע פרוכט וואס גיטהארציגע אידענעס האבען געשיקט. אלעס אלעס שליידערט מען אראָפ די בייכער וואס איז איבערגעפילט מיט חריין און לאָקשען פון די נאָרוואס אפגעבענטשטע סעודה
נישט וויסענדיג אז אלע אין קאנטרי פונעם באַרשטען בינדער ביזען רבינ'ס אייניקעל -מיט'ן אויסנאם פון ר' פייוועל- זענען מיטאמאל זיינע גיטע פריינד, האט ער נישט אזוי ברייט אהער געשטעלט. ווילאנג א גיטער איד האט אויף זיין חשבון געלאָזט עפענען דעם גראָסערי און צוגעזאגט אז דער טאטע וועט זיכער אלעס באצאלען, מען האָט אויסגעליידיגט זיסקייטען מיט נאָך קאלטע געטראנקען
עס איז גרינגער צו טרעפען א פארקינג אויף ליע עוועניא ערב שבת פאר'ן זמן ווי א פלאץ ביים טיש ווי עס זענען געלעגען די ראָם טשאקלעד, איינער איז ארויס, צוויי זענען געשטאנען צו כאפען דאס פלאץ. אלעס איז יעצט שטיל, עס הערט זיך נאר דאס קלאפען פון ליידיגע פלעשער מיט קראכען פון ניס. און ווען איז די ברית? וויל יעדער וויסען
אלעס האט זיך אויסגעצאלט צו זעהן דעם דיין זאל לעבען אריין מארשירען פאמעליך מיט די בלויע בלימעלעך אויפ'ן בעקיטשע און גלאַנציגע סאמעט ביים קראָגען און ארבעל. עס האט איינער געקענט מיינען אז ער איז א עלטער זיידע דא. אונז האט ער געמוטיגט מיר זאלען זינגען קה רבון און ער האט געפאטשט ווי ער וואלט דאָ געפירט זיין טיש. דער עכא פון זיין גראָבע שטימע ביי רחם בחסדיך צוזאמען מיט'ן הארמאָני פון אלע ארומיגע דערהערט זיך ברייט און ווייט ביז'ן טינקעלען סודות'פולען וואַלד אריין
נאָכען נאַס מאכען די ליפען פון א -באזינדער פאר אים צוגעגרייטע- גלאָז רויטע וויין גיט ער א רבני'שע ברכה מיט ביידע הענט, קלערענדיג עס איז נאך דא א שאַנס צו קריגען א ברכה אינטערען כסא של אלי'הו
ווי א קרעטשמער טוט זיינע קליענטען אנגיסען א כוס אריין א כוס ארויס פאר די שלינגענדיגע מיילער, ער ליידיגט אויס א פלאַש נאך א פלאש, קינדער ברענגען אריין פארפרוינע געטראנק און טראָגען ארויס די ליידיגע פלעשער. מען ציפט אים די הענד נאכאמאל און צום דריטען מאל, מזל טוב "זאלסט זעהן נחת" און "די ברית זאל פארקומען אין צייט", "מיט פילע טאַשען".ער ענטפערט יעדען מיט שוין פארטריקענטע לעפצען ברוכים תהיו
גאָר נאנטע פרעגען אויך, דאס וויפעלטע קניינעהארע? ווען א דרייסטער מיטל יאריגער שלעפט ארויס דעם גאָלדענעם טאשען זייגער פון זיידענער וועסט און דערזעהט ווי עס האלט, גיבט ער זיך שנעל א הייב אויף ווי פון א בייזער חלום און זאגט הויעך גיט שבת. דאס געזאנג בלייבט הענגען אין די לופט און דער דיין באקומט א שטאָך אין הארץ אז ער מיז ענדיגען זיין טיש-פירען אומגערען און פריצייטיג. ער האט זיך שוין גיט אויסגעהוסט און געגרייט צו זאגען א תורה -פון א צעטעלע- וואס ער חזרט זיך שוין איין זייט מיטוואך, אלעס איז יעצט געבליבען שטעקען ווי א ביין און האלז
אפאר אינגעלייט האבען געבעטען די פארבליבענע מידע קינדער צו העלפען אפרוימען דאס שמוץ, דערפאר האבען זיי געמעגט אהיים נעמען די איבעריגעבליבענע -מאַנדלען מיט פאַפ-קאָרן האלב נאס פון אויסגעגאסענע סאדא וואסער.לאנג דערנאך ווען אלע לאָדענעס זענען פארמאכט און דער גאנצע קאנטרי איז שוין איינגעהילט אין שלאף, איינזאם אליין, זיצט ר' וועלוועל אין ברעג שוהל ביים קאַסטען שמות און ענדיגט צו מעביר זיין די סדרה מיט'ן תלישא גדולה
1 comment:
נאטורליך; געוואלדיג געוואלדיג! ס'ווערט נאר בעסער און בעסער!
Post a Comment