מיט א געהויבענע שטימונג טיען מיר אויפנעמען דעם אייז קאלטען גליטשיקען שניי וואס האט זיך ענדליך באוויזען צו אונז אין עיר ואם בישראל וויליאמסבורג נוא יארק. ביים אהיים קומען פון ארבייט איז נאך קוים א ברעקעלע שניי געפאלען. יעצט, צעהן דרייסיג ביינאכט, איז שוין אלעס אינדרויסען איינגעהילט אין ווייסען ליילעך. ווי דער מן אין מדבר שוועבען די שניי ברעקעלעך צווישען הימעל אין ערד. מען זעהט מער נישט די לעכער אין גאָדער און אוודאי נישט די פאשקעווילען פון היינט צופרי אקייגען טאובער'ס קליידער געשעפט. די גרויסע ווייסע פויגעל זענען מער נישט מיוחסים, מען דערקענט נישט היינט א חילוק צווישען דעם ווייסען און שווארצען קאץ ביי אונז אין קעלער. ווער ווייסט צו די קינדער וועלען דערקענען זייערע באָסעס מארגען אינדערפרי
מיט די לעצטערע "גלאובעל ווארמינג" עפאָכע האט זיך איינעם געקענט דאַכטען אז מהיום והלאה וועלען מיר שוין נישט מיזען פארען זיך ווארימען קיין מיאמי. מאנכע האבען אפילו שפעקולירט צו מען וועט נישט מיזען אינגאנצען אויסוואַנדערען פון וויליאמסבורג איבערעס יאר, צוליב וואס אין נוא יארק וועט מער קיין ווינטער נישט האבען, אזש דער התאחדות ד'ניוא יארק (און אויך קאנאדע) וועט אסר'ן צו וואונען דאהי. אוי מי יתן
אז מען דערלעבט דערלעבט מען, נאך א קליינע אבער פרייליכע פארשפעטיגונג האט ג-ט ב"ה באוויזען זיינע ווינדער, זיך ארויף געשאַרט די ארבעל, א צועפען געטון די שפארעס פון גרויען הימעל און א שאָט געטון א עמער מיט ווייסע שניי אויף אלע זייטען, ווי מען ווארפט ארויס פון פענסטער א צולעכערטען קישען און די גענזעלעך צובלאזען און פליעהן אויף ארבע כנפות הארץ "נו זאלט איר מיך האבען צו געדענקען
איז אז דער ווייסער שניי איז ענדליך ערשינען וועלען מיר אים ענטפאנגען מיט א קאלטען ברוך הבא, און אז ער וועט זיך גיך אפטראגען וועט נאך אים קיינער נישט קלאָגען. מארגען וועלען מיר פיצען די שניי פון די קאר שויבען, זיך צו קוקען ווי מאנכע גליטשען זיך שיעור אויס און די וואנצעס פון די הייסע חסידים ווערען נאס פונעם נארוואס געפאלענע שניי

ווילהעלם הארדווער איז שוין גרייט מיט א טוץ שאָוולען, אייזערנע און פלאסטיק, עס שטייען שוין גרייט די גרויסע זעק זאלץ מיט'ן האפענונג צו ערפילען דעם לאָך אין איין טאג, וואס א פארשפעטיגטער שניי האט אנגעמאכט. מארגען וועט ער ווערען באלאגערט מיט קינד און קייט איינצוקויפען פרישע שניי האַקער'ס והעיר וויליאמסבורג שמחה
משה'לע טוט זיך מיר אויף, אז דער שניי קומט גאר א דאנק זייער תהלים זאגען. די קינדער אין חדר האבען אסאך איינגעריסען עס זאל שוין קומען א שניי, און א שניי וואס זאל אפהאלטען פון גיין אין חדר כאטש אויף א וואך. נו גיי קריג זיך מיט די הבל פיהם של תשב"ר
ר' בערל אין שוהל איז שוין היינט צופרי געקומען מיט א בלייך געזיכט און זיינע גרויסע קצב'ישע שטיוועל, טאמער ח"ו דער שניי וועט זיך פעדערען, ער האט אונז געוויזען ווי זיין געטרייע אידענע האט אים אויך איינגעפאקט א גרויסען שניי גאָפעל אין די טאַשקע, ער זאל קענען די שניי אראָפ שאַרען פון די קאר אויב עס וועט שנייען דורכן טאג
ר' מעכיל וועט מערצעשעם אויסטרינקען צוויי כוסות קימעל ברוינפען אינדערפרי צו דערהיצען זיינע ביינער, ווי דער שטייגער ווען עפעס אויסטערליש פאסירט ביי אים. א רחמנות אויף זיין שווארצער אויבעראק וואס ווערט פארשמירט פון ווייסע שניי פלעקען. ער הענגט דאס קיינמאל נישט אריין ווי געווענליכע אידען נאר ער ניצט דאס אלס א רוקען אָנליינער ביים דאווענען אין שוהל. "מיין טאטע זאל זיך מיעהן איז נאך געגאנען דערמיט
האט'ס מיר א גיטע נאכט וועלען מיר זענען וואס עס וועט זיך אויסקאכען
האט'ס מיר א גיטע נאכט וועלען מיר זענען וואס עס וועט זיך אויסקאכען
די נאכט האב איך זיך ג'חלומ'ט אז איך בין צופרי פון שטוב ארויס און דערזעהן א שניי וואס איז פינק נישט ווייס. חלומות זענען נאריש - זאגט די באבע שטענדיג

ווי ערווארטעט און פאראויס געראָכטען האט זיך מעכיל דער חזן באוויזען אין שוהל מיט זיין וואכעדיגער אויבעראָק מלא טענות אויפן שניי און גליטש. די הענט פארפאקט אין וואלענעם הענטשעך און דערנאך אין ראָק טאש. דאס גאנצע קערפער זיינע טרייסעלט אים. קוים וואס מען זעהט ארויס די שפיץ נאז פון אינטער'ן ברייטען שאהל וואס וויקעלט ארום זיינע גרויסע האריגע אויערען, ער זאל ח"ו די שטומע נישט פארלירען. דאן איז ער אויס קאפעליטש מאכער. ווען נישט די גרויסע אויערען וואלט ער ח"ו דערטראָנקען געווארען אין זיין קאַנאַדישער קוטשמע וואס איז אויך פארדעקט אין א קאלירטען פלאסיק
וואס איז דער געלעכטער? פרעגט ער אונז אינגעלייט וואס שמייכלען זיך אינטער איבער די נארוואס פארענדיגטע קאווע
די רעבעצין תליט"א האט געשיקט אפאר -באָס סטאפ ווארטענדע- קינדער זאלען באשפריצען דעם שניי מיט פסח'יגען זאלץ, זי וועט נישט איינשטעלען און ווארטען ביז דער האַרדווער וועט עפענען
ביז דערווייל האט זיך א איד וואס איז נארוואס אהיים געקומען פון וואקאציע נעבעך איבער געקוצקעט אויף די ציגעל ביי די טרעפ פון שוהל, די פיאות האט זיך אים אינגאנצען אויפגעקרייזעלט. א שאָד נאר אז דער שניי איז פונקט יעצט געקומען און דער עולם באמערקט שווערליך זיין אפגעברענטען פרצוף. ר' ישעי ברוך איז אזוי אנציקט און איבער גענומען פון זיין אפוועזענט אגאנץ ווינטער אז ווען ער קומט אהיים פון מיאמי טוט ער יערליך דעם זעלבען טעות און בענטשט גומל
אויטא'ס גליטשען מיט קולות און כאפען זיך אדורך רויט לייט'ס אָן טראכטען צוויי, באסעס נעמען אויף די קינדער א בלאק אוועק פון שטוב. אפוינטמענט'ס ווערען אפגערופען, קאר סערוויס'עס לאזען זיך באצאלען היינט צוועלף דאללאר א לאקאל, קומען א

די געשעפטען זענען ליידיג פון אידענעס וואס זיצען ליבערשט אינטערען הייצונג און טעלעפונען אריין צו מאכען דעם שבת אָרדער. באנען שפעטיגען און די ווארטענדע שפרינגען אינטער און בייסען זיך די ציפעדיגע ליפען איבערען "קאַרטעל" וואס מען וועט היינט נישט קענען אריין פאָנטשען אים ניין אזייגער. קינדער האבען א תירוץ צו פארפעלען א גרינעם מיטוואך פון פרשת משפטים. דער הלוך ילך אין וויליאמסבורג איז ווי ערב פורים נאך חצות אבער ביי אונז אין שטוב גייט א פארע פון קיך און די פרוי מיירעט איין המן טאשען, נישט פאר משלוח מנות. היימישע קעיק איז אָלד פעישענד פאר שלח מנות. נאר די קינדער קענען נישט מיטראגען א פשוטער קוכען פאר "ריסעס" אין חודש אדר, עס מיז זיין המן טאשען
היי יאר אז פורים איז מוצאי שבת וועלען מיר זיין גיט אויסגערוהט צום מגילה לייענען און המן באגראַגערען, דאס וועלען מיר לאזען פאר א צווייט מאל בלי"נ
היי יאר אז פורים איז מוצאי שבת וועלען מיר זיין גיט אויסגערוהט צום מגילה לייענען און המן באגראַגערען, דאס וועלען מיר לאזען פאר א צווייט מאל בלי"נ
בערך אזוי האבען אויסגעקוקט די ערשטע שניי טראפעלעך אין וויליאמסבורג בשנת ה'תשס"ז לבריאת העולם

No comments:
Post a Comment