3.27.2007

אפילו שפרה'לע קען שוין זאגען "קדש ווען די טאטע קומט א היים", ווען זי ווייקט זיך אין די וואנע חזר'ט זי האלב גרייזיג דעם ורחץ ווי עס וואלט געווען א "חומש פארהער
משה'לע וויל אויך ארויס העלפן צום פסח, ער רייסט ארויס בלעטער פון זיין אלטן בראשית חומש און שיקט מיך דערמיט צום שמות טראק
די נאכטמאהל'ס זעהן ליבערשט אויס ווי די מאָגערע קיעהן אין פרעה'ס חלומות, הינטערשטעליג און שפעטליך. די מאמע וואלט שוין א אינדיק געשחט'ן איך זאל זאַט ווערען

די שפחה פארדינט מער אין איין טאג ווי איך מאך א גאנצע וואך און אלעס צוליב דעם זמן חרותינו. ווען זי וואלט געווען א קאפ העכער וואלט איך פשוט נישט געוויסט ווער ס'איז ווער. מיט די פייכטע פינגער און מידע געזיכט קראצט זי מיט נאכנאנדע קרעכצכן דעם טשענדעליער ווי דוקא דארט גרייכען די מערסטע ברעקלעך דורכ'ן יאר. א ווינדער זי האט אן אזא ברייטן שירצל, אז אלע ברעקלעך זאלען אהין אריין פאלן. מיט ממזר'ישע אויגן שעלט זי דעם טאג וואס זי איז געווארען א ארבעטארין ביי אונזער פאמיליע

אלע טישן זענען פיל מיט אויסגעפאקטע חפצים און דערנעבן ליגט די פארבליבענע חלה פון שבת, קיינעם אַרט דאס ניטאמאל ווייל דער עיקר איז דאס זויבער מאכען (ספרינג קליענינג בלע"ז). ברעקלעך וועט מען שוין פארווישן ערב פסח
פון קיך הערט זיך אלע ערליי קולות עס קלינגען מעסער מיט גאָפל, דאס וואַסער רינט, די טיהר פון פריזשדער איז שפוך חמתך'דיג אפן. אויף דער ערד שווימען האנטוכער מיט וואש געצייג און דער נאכט ריקט זיך אן, ווען נישט איך לייג שלאפן שפרה'לע, בלייבט זי ליגן אויף די קאנאפע ביז מארגן צופרי נוגענדיג דאס פינגער
 
די פארבליבענע טעג צום יום טוב ווערן גיך פארשווינדען מיט די לעצטע הכנות, דער פסח שטימונג אין די וויליאמסבורגע גאסן איז דער גרעסטע באווייז צו וואס עס טוט זיך אפ איווייניג אין די אידישע הייזער מיט קאלירטע פארבן
ספרים געשעפטן פארקויפן מה נשתנה קישענע'ס מיט ורחץ טעפלעך, עסען געשעפטן פארקויפן כשרות ספרים, סוחרים פארקויפן די צעהן ברעקלעך פיקס פארטיג, דיינים פארקויפן אייך דאס חמץ פאר א ריכטיגן פרייז, אז איר הייבט נאר אויף זיין צוגעגרייט ברייט גארטל און שטיפט אים אריין א צוואנציגער אין ארים. יעדער וואס האט צוויי הענט וויל געניסען פון דעם ביזת הים

אונזער חנה'לע העלפט אין שטוב ווי א דערוואקסענע, טראָפן שווייס רינען פון די פאַכטע שווארצע האָר לאָקן ווען זי שווענקט אויס אירע שפילצייג און קינדער דאַלל'ס. אז זי איז פארטיג שטיפט זי ארויס דאס קעפעלע פון שפיל שטוב און ווארט אויף א באפעל פון די מאמע "וואס נאך קען איך העלפען? פרעגט זי מיט זעלבסט זיכערקייט

די גאסען זענען פוהל מיט שמות טראקס וואס רופן אויס אז זיי באגראבען אייער שמות טיפער און בעסער, דאס מיסט אין די גאסן רייכערט עד לב השמים. דא לויפט א אידל אין איילעניש מיט אפאר מצות אינטערען ארעם, דארט יאגט נאך א מיידעלע די פולישע גויטע מיט אן אדרעסס אין די האנט "פליז קאָם דעֶ האויז". די מחמירים וואשן די אייער און שטעלן דעם שמאלץ צום פרעגלען אויף 8 טאג, און ר' שמערעל מיט די קינדער שלעפן אן אלטען פרישדער צום "רעסייקלינג" "22 יאר איז געניג געווען" זאגט ער

אז איך וויל קויפען א פראָסט שטיקעל חמץ באשרייט מען מיך איך זאל עס נישט וואַגען אראפ צו שטעלען סיי ווי, די אידענע אין בייגעל געשעפט זאגט מיר מיט א ציניש שמייכעל "די ראלל'ס זענען נישט כשר לפסח" און שיקט מיך פשוט ארויס פון געשעפט

די אידענעס זענען אלע פאראינטעסירט ווי די שכנ'טע האלט מיט'ן כשר'ן, מען לייגט זיך טיעף אין דער נאכט אריין ווען די שטערען זענען שוין בלייך און מאכען זיך גרייט אינטערצוגיין. מיט'ן איינציגען טרייסט אז מען וועט זיך שוין אויסרועהן פסח מערצשעם. די פרוי שטייט איבער די ערלית'טע מיט די בייטש זי זאל זיך צו פלייסען מיט'ן פיצען די פענצטער, עס גלייבט זיך קוים אז דאס איז די זעלבע אידענע וואס איז נישט מיעד געווארען זיצענדיג ניין וואכען אין די קאנטרי מיט א באנדע יאכנעס, שטריק נאָדלען און אייז קריעם ביז דריי פארטאגס און נישט געפילט קיין מידקייט. און יעצט אין אווענט, ווען דער צייט איז א שיינער, שטייען אלע אידישע מאמעס ביי די פענסטער און גלאנצען איר ווי זיי האבען א צוזאג פון באשעפער באקומען אז מער וועט קיין רעגען נישט גיין ביז חל המועד

גרויסע טעפ ליגען אויפן פייער אנגעפילט מיט קאכעדיג וואסער, דאס הויז הייבט שוין אן אויסקוקען ווי מען גייט אפרעכטען א סדר מיט גרויסענע קישענעס און זילבערנע וויין פלעשער. דאס וואסער עס ווירבעלט און גריזשעט ווי א ביבער מען ברענגט אריין דעם שטיין וואס מען טרעפט אין גאס, ווען עס איז גליעהדיג רויט גיסט מען אן אלע טיש'ן און בענק און פרובירען זאל א ברעקל חמץ זיך אריין כאפן אין שטוב אריין

דער ציגעל ארויס פון שטוב, א שטיין אראפ פון הארץ, יעצט זענען מיר שוין פון די גע'כשרטע אידען אין שטאט. זאל נאר איינער וועלען זאגען אנדערש. ווי ביים געבורט פון עלטסטען, קאלט מען גלייך די מוטער און די געשוויסטער אנצוזאגען די גיטע בשורה "מיר האבען שוין גע"כשר'ט" און איך זאג מיט גרויס כונה שלא עשני אשה

אלע פארבארגענע ערטער וועט מען ביי בדיקת חמץ אינטערזיכען מיט שבע בדיקת, אט נעמט מען אפיהר די גרויסע ווייסע ליילעכער און מ'באדעקט די פארניצטע קיך ברעטער. דאס הויז הייבט אן אויסצוקוקען ווי ביי די באבע אין די גיטע צייטען. די ווייסע טישטיכער קנייטשט מען אויף פון די פאריעריגע קנייטשען. איינמאל א יאר וואס יעדער וואסער טרעגער און מקוה שערער פילט זיך אין אמת'ן ווי א פריץ ביי זיך אין פאלאץ ארום גענומען מיט א הויעך ביימערדיג וואלד

עס פינקעלט שוין דער יום טוב צו אונז אין שטוב, די צווייגלעך פון הויף בלאָזן מיט געוואלד אריין דעם שמעקעדיגען ניסן ווינטעל וואס דערמאנט פון פסח'יגע לאקשען. עס דערוועקט זיך די אינגע יארען ווען די באבע האט קארטאפעל געשיילט און געריבען מיט אזא הנאה אז די קנייטשען אין שטערן האבען זיך איר עטוואס אויסגעגלעט, ווער רעדט נאך ווען דאס באָרשט איז פארטיג געווארען, ביי איר איז קיין ספק געווען אז מלאכים און שרפים וועלען פון דעם באָרשט אנגיסען און סארווירען פאר די צדיקים ביים קייען דעם פלייש פון לויתן. פון צייט צו צייט האט זי דאס הענט אין צוויקעל אריין געשטיפט און אפגעלעקט די פינגער מיט גרויס דערקוויקעניש. ווען דאס שירצעל ווערט שטארק רויט, א סימן צו מכת דם - זאגט זי

דער זיידע זאל געזינד זיין שטייט דערנעבען ווי אין א פארלוירען אינזעל און טוט אינטערזיכען מיט א געמאכטע מבינות ער קלייבט די פילע שיסלען גרינצייג צום כרפס אינטער דאס פליסען פון וואסער שטראָם וואס שפיגעלט אפ זיין פארהאָרעוועט שמייכל און פארפעלט נישט זיך אויסצוגלעטען די זילבערנע בארד אלע פאר מינוטען מיט די נאסע איידעלע הענט זיך אינטעזינגענדיג פרומערהייט לכבוד יום טוב, אז ער טרעפט א שמיצעל שניידט ער איר מיט גרויס פרייד דאס גאנצע ארום. לאנגזאם און פאמעליך ווי מען אפערירט א טויט קראנקען
פון די שפיץ ברילען קוקט ער ארויס צו די באבע יאגט אים נישט איבער מיט די ארבייט
שא שטיהל האבען זיי ביידע דעם פסח אריין געברענגט אין די שטילע הויז ווי דאס איינציגע גרידער איז געקומען פון דעם אלטען שטומפיגען זייגער וואס האט הויעך געאָטעמט צו דערמאנען די צוויי אלטע אז ב"ה מען האט נאך דעם חוש השמיעה

וואס ווייסט דער אינגער דור וואס א טעם גן עדן דאס אינג פארפאלק האט געהאט ווען מען האט זיך גיט יום טוב געגריסט ביים אנקום פון פסח, און ווי די באבע'ס ליכטעלעך האבען געטון צאנקען אין די מעשענע לייכטער איבער א שניי ווייסען טישטעך וואס אויף איר איז שוין פארגאסען געווארען טייכען וויין אין לויף פון די יארן, אסאך משפחה מיטגלידער וואס זענען שוין לאנג אויף די אנדערע זייט וועלט האבען נאך אָבאַכט געגעבען אז א ברעקעל מצה זאל אויפ'ן נאקעטער טישטיך נישט אראפ פאלען ווילאנג סי נישט אחרון של פסח. אוי פלעגט זיך די קינדערלאזע מומע לאה שטענדיג אפרעדען אויף די מצה אז עס בלייבט שטעקען אין די לעכריגע ציין, ווען איך האב איר געצה'ט "זי זאל בעטען ציין שטעכער (טוט-פיק'ס) אויף אפיקומן" האט זי מיר בייזערהייט געזאגט אז זי וועט מיר דעם רבי'ן אויסמוסר'ן

די באבעס מידע אויגן האבען זיך צוביסעלעך פארמאכט ווען דער זיידע האט דעם קאפ אנידער געלאזט נאך א לאנגען טאג מצות באקען, און ווידער עס אינטערגעהויבען צו פארענדיגען זיין געזאנג פון בוי דיין טעמפעל שירה. איבער דעם ביי א צווייט געלעגנהייט אי"ה בלי"נ

No comments: