די בלעטער זיי טוישן פארבן איבערנאכט דערנאך פליען זיי אלע אראפ פון בוים, בלעטל נאך בלעטל, איינע פריער איינע שפעטער צושיידן זיך פאר אייביג פון שטאם. איינע פאלט אראפ גלייך דערנעבן א פארשעמטע, א צווייטע פליט מיט'ן ווינט אקעגן איבער די שטראססע אויף די הוילע ערד. איין איינציג פארוועלקטע בלעטעלע פאלט אָן מזל אויף די שויבן פון א אלטע סטעישען-וואגן וואס פירט איר בחינם ביזן ווייטען טאראנטא. דארט הייבט דאס אויף א זיבן יעריגס, נישט וויסענדיג טראגט ער זי אין שטוב אריין. נו וועלכער בלעטל האט זיך געחלומט אז זי וועט פארפאָרן פון וויליאמסבורג ביז קאנאדא? א גרויסע זכיה
די מאמע דארט וואס שטייט פאר'דבקה'ט ביים אויוון איינגעהילט אין פארטוך איבער א האלב צוגעברענטן אינדיג אין טאפ. גיט אים א זידל אן מיט פארדראס "וואס ברענגסטו אריין שמיץ אין שטוב בערעלע"?, ווען זי זאל וויסן אז דאס בלעטל האט נארוואס מיטגעמאכט א רייזע גלייך פון די הייליגע וויליאמסבורג וואלט זי מער דרך ארץ געהאט
דער דיקער ברוינער בוים אין פרילינג ווערט וואס א טאג בלעטערלאז און נאקעט, דערנאך ווערט קאלט און דער הימל איבער אים איז פארכמארעט אז קיינער קוקט אים ניטאמאל אן. אין א טבת ווינטער נאכט פאלט צו א שניי, ער ווערט ווייס אנשטאט ברוין און דאן מישט זיך אויס איר ווייסקייט מיט די שיין פון די לבנה. צונאזאם קוקט עס אויס ווי צומאלענע ברעקלעך זילבער, מען שענקט אים דאסמאל נאך א קורצע בליק. און צום ווידער זעהן איבערעס יאר
איין בלעטל אליין באמערקט קיינער, צוזאמען אויפן בוים זענען זיי הערליך ביז גאר. זייער קאליר מאכט דאס מענשטהייט אין א גיטע שטימונג און צומאל פארקערט. ווען זיי טוישן פארבן באטראכטן אים אלע מיט באגערעניש, די געיל-אראנדזשע קאליר געמישט מיט לעקוואר רויט ווען זיי ווארפן אן די ערד שוינען מיר זיי, ווען עס שפרידלט געשמאק אין א הערבסט אינדערפרי גיבן זיי ארויס אזא גיטע גערוך אז מען קען זיך פארגלייזן די אויגן און עס לאזט זיך דיכטען אז מען שווימט אצינד אין די כוואליעס פון גרויסן ים כנרת. און ווער רעדט נאך ווען די זון באקט איר גלייך אין גענאק אריין
*
עס איז א ערב שבת גאנץ פריה ווען מערסטענס מענטשן שלאפן נאך, דער טוי האט נארוואס נאס געמאכט די פריש געשוירענע גראז, זיי ווערען באנעצט מיט א שפיגעלדיגע פייכטקייט וואס מען קען נישט זעהן נאר שמעקן אדער טאַפן, א גאנצע פאמיליע קליינע פייגל פליען ארום אין א רינג, טשוויטשקענעדיג דעם מארגענדיגער חי ד' אז עס דרינגט אריין ביז די טיפסטע סטרונעס פון הארץ
איך זיץ אויף א אלט שווארצע צוזאמלייג בענקל און טרינק רואיג דעם שול קאווע מיט האניג וואס איז הייס נאר פון די פארביגע זון שטראלן וואס ציפט אין די גאמבע, איך אטעם אריין די פארע וואס פארהויכט מיר די ברילן אה מה רבו מעשיך השם שרייט זיך ארויס פון יעדע ווינקעלע אין הויף. דא און דארט וואקסט א נעקטער א טשערי טאָמעטע אדער א פשוטער בלויע רויז. יא א בלויע רויז וואס איז קוים אלט אכט טאג און ער איז שוין ברייט אפען גרייט ארויס צו געבן אנרייצענדע ספירט. א געשמאק ווינטעלע בלאזט אין פנים און דערציילט פאר יעדן וואס וויל הערן איבער דעם נארוואס אנגעקומער טאג

דארט ביים ווינקל שפראצט א אינג ביימעלע מיט ווייעכע צווייגעלעך, קליין אבער וואונדערליך, זיין ריח צושפרייט זיך איבערען גאנצען גארטען. יעדעס בלעטל איז נאך האלב רוי אבער טינקל גרין ווי א קוויטשעדיגע היישעריק אינמיטען די נאכט. קומט צוגיין א קליין מיידעלע מיט ברוינע אויגעלעך און שווארצע צעלאזטע האר, קען קוים רעדן אבער ווייסט שוין וויאזוי צו פארדארבען. רייסט אראפ דאס אומשילדיג בלעטעלע, א גרינג ווינטעל ווארפט איר ארויס פון צוים ,ואיננו. ווער קימערט זיך? ווער באמערקט איר אפוועזענהייט? איינער אליין באטראכט איך דאס וואונדער פון ג-ט ב"ה און שטעל זיך פאר די געוויינערי פון משפחת ה"בלעטער". אלע זיפצן איבער דאס תמימות'דיג אינג בלעטעלע וואס ליגט אויף דער ערד און כליפעט שטילערהייט, אפגעזינדערט פון די געשוויסטער אופן בוים, ווער ווייסט וויפיל דורות וואלטן געקענט ארויס קומען פון איר אבער באלד ווערט זי פארווישט פון א פויעריש פארבייגייער מיט שיך וואס איז צוויי מאל גרעסער פון זיינע פיס

3 comments:
אה, דער קאמעראד האט זיך ערוואכט פון זיין צוויי יעריגן כראפעץ. שיין שיין, גוט הנאה געהאט פון די ווערטער אוצר און פילפארביגע שילדערונג
זייער שיין איידל און צויבערנד
Post a Comment