
די גוים פראווען טענקס גיווינג איינמאל א יאר, וואס וויסן זיי דען אז מיר דאנקן יעדן טאג, יעדע מינוט און יעדע רגע, על נשימה ונשימה גיבן מיר א שבח והודי' פאר השי"ת
מיר שטייען אויף און זאגן באלד מודה אני מיט א אינערליכע לויב צום מלך מלכי המלאכים הקדוש ברוך הוא וואס האט אונז צוריק געגעבן די נשמה געזינט, פריש און מינטער אויסגערוהט און גרייט אויף א נייעם טאג
איך שטיי אויף צופרי און הער פון די אנדערע שטוב די קליינע שעפעלע לאכט צו זיך אליין און בלאבעלט אומקלארע רייד פון די ברוינע וויגעלע, זי פארשטייט נאך נישט אז עס איז דא אויף וואס צו דאנקן, אירע אויגן זענען געוואנדן צום פענצטער וואס ברענגט אריין א שיין פון הימל, זי קוקט זיך אום אויפ'ן נארוואס אנגעקומענע טאג מיט די קליינטשיגע בלויע אויגעלעך, זי ווייסט אליין נישט אז איך דאנק דעם א-ל חי פאר אירעט וועגן
שפעטער זעה איך וויאזוי משה'לע האט פון איילעניש צום חדר איבערגעלאזט א צעטל אויף זיין טישעלע, איך עפען אויף און ליין. ער האט זיך פארגעשריבן א תורה אויף די וואכעדיגע סדרה וואס ער האט געליינט און א לשה"ק ספר פאר אינגע. ער זיצט שוין אוודאי אויפן באס וואס פירט אין חדר אריין און ווייסט גארנישט אז ער איז דער גורם פאר'ן טרער וואס קייקעלט זיך אראפ מיינע באקן פון נחת און פרייד. דערפאר זאג איך שוין נאכאמאל מודה אני
איך עפן אויף די טיר נאך א טאג ארבייט. אקעגן קומט צו לויפן די קליינע שפרה'לע "טאטי געב מיר א האָג" איך האב דיך אזוי ליעב" און איך שעפשע א שטילע דאנקבארשאפט צום א-ל חי פאר יעדע מינוט וואס ער איז גומל חסדים טובים פאר אונז און אלע אידישע קינדער
און שפיל שטוב זיצן א ברידער און שוועסטער איבערגעבויגן איבער א קינדער שפיל ווען פון די זייטיגע שאפע הערט זיך ארויס קלאסישע ארענטליכע מוזיק פון א קינדער טעיפ. וואס ווייסט דען א גוי דער טעם גן עדן פון קוקענדיג אויף דעם בילד. אן א טעלאוויזען, אן א באלל געים, אן געוואלדאטען און שפילן וואס פרעדיגט שיסעריי און רציחה וואס פארתמט דעם מח, אן די הינדערטער ווידיאו געימס און שטותים וואס איז היינט עובר לסוחר און די טריפנע אמעריקא
אָן א טורקי, אן זיך אנשיכור'ן טוען מיר אידן דאנקן און לויבן דריי מאל א טאג אין שמו"ע וכל החיים יודיך סלה וגו
מיר פארמאכן די אויגן שטארק ביי "נשמת כל חי" און האבן אינזין יעדעס ווארט וואס ווערט געזאגט צום רבוש"ע דורך אזויפיל אידן אזויפיל יאר אן א פאראדע און פאמפע, אן א מעסיס באלון און איינמאל-א-יאר פייערנישן. נאר אינטערן ווארימען טלית פון טיפעניש פון הארץ שרייט זיך ארויס וכל קרב וכליות יזמרו לשמך
געקומען איז א פרייער איד אויף א באזיך אין ישראל, ער גייט באזיכען דעם כותל המערבי ווי א פשוטער טוריסט. ער באטראכט דאס שטילקייט פון כותל המערבי אין טיפעניש פון די נאכט. ער זעט ווי א עלטערער פרומער איד קומט אן און גייט גלייך צו צום הייליג וואנט און וויינט הויעך אויפ'ן קול מיטן פנים אריין געקנייטשט אין תהלים. שיר המעלות ממעקים קראתיך ה'. ער וויינט און ברימט פסוקי תהלים מיט א בענקעניש מנהמת לבו. וואס האט פאסירט וויל ער אים פרעגען אבער ער וויל נישט שטערן, ער קוקט און שטוינט ווי לאנג קען א מענטש אזוי וויינען
נאך א לאנגע שעה קלייבט זיך דער איד אוועק צו גיין, דער פרייער טוריסט גייט אים נאך און זאגט אים ר' איד וואס האט פאסירט? וואס וויינט איר דא פארטאגס ווען יעדער שלאפט נאך? איך הייס אזוי און אזוי, איך בין א רייכער מאן פון ווייטע אמעריקא און קען זיך ערלויבן אייך צו העלפן
דער איד קוקט אים אן און שמייכלט, עס פעלט מיר גארנישט מיין ליבער איד, איך האב די נאכט חתונה געמאכט מיין אינגסטע קינד און יעצט האט זיך דער חתונה גענדיגט בשעה טובה. בין איך פון חתונה זאל גראד אהער געקומען דאנקן און לויבן השי"ת אויף זיינע חסדים, איך האב זיך פארן רבוש"ע מתחנן געווען און ארויסגעגעבן דא מיין דאנקבארשאפט. מיט הייסע טרערן געזאגט עד הנה עזרוני רחמיך ולא עזבוני חסדיך. איר פארשטייט? זאגט דער איד
ערשטוינט האט דער פרייער איד געהערט אויפריכטיגע דיבורים און אליין געווארען א שומר תורה ומצות
זאל דער שומע כל פה אונז געבען לאנגע געזינטע יארן ווייטער אם צו דאנקן און לויבן על כל החסד, בכל לבב ומעומק לבב. זאגן מודה אני יעדן טאג מיט די פשוטע כונה "מיר דאנקן און לויבן אז מיר האבן די זכי' צו דאנקן און לויבן
און פאר דעם ישר כח הייליגער באשעפער
2 comments:
היבש עמאציאנאל, דאנקע.
שיין אין צום פונקט! כה לחי
Post a Comment