12.21.2009

א נייע וועלט
זיצט א טאטע מיט זיינע קינדער ביי א חנוכה מסיבה (פארטי) בשבת אחים גם יחד, רעדט צו זיי ברוחניות און גשמיות, אביסל צו דערווארימען זייערע פאריאגטע נשמות. ווערטעלט זיך מיט די אייניקלעך, טשאטשקעט זיך מיט די קליינע. זיצט איין ברידער און שיקט א מעסעדזש אויפן בלעקבערי צום אנדערן ברידער ביי יענעם עק טיש, פארוואס האסטו נישט געלאכט אויף טאטי'ס דזשאוק? דער טאטע ווייסט נישט פארוואס זיי שמייכלן זיך אינטער. אויף אמאל דאס ווייב שיקט א טעקסט "איי עם סוי בארד לעטס גאוי האום" ביידע שטעלן זיך אויף און מען צוגייט זיך


קומט איינער אריין אין א טאַרגעט סטאר און זיכט איינצוקויפן, ער ווארט אומגעדולדיג אין לאנגן רייע ביים רעדזשיסטער צו באצאלן די פופציג דאללאר. דערווייל שפילט ער זיך אויפ'ן איי-פאון אין טרעפט דאס זעלבע חפץ ביי עמעזאן פאר אכצען דאללאר ביליגער. ער לאזט איבער דאס גאנצע וואגן סחורה און גייט אהיים. דריי רויט לייט שפעטער האט ער שוין א אי-מעיל פון עמעזאן אז ביז עטליכע טעג וועט עס זיין ביי אים אין שטוב - פרייע דעליווערי

אין וויסקאנסין האט פאסירט א עקסידענט ווי א פרוי מיט צוויי קינדער זענען שווער פארוואנדערט צוליב א נייער רויט לייט וואס די באהערדע האט אינסטאלט. עס ארבייט מיט די פארגעשריטענע על-סי-די צו שפארן געלט און ענערגיע, אבער עס האט נישט די טעכנאלאגיע אויפצולאזען דאס אייז ביי א גרויסע שניי

ר' מעכיל, א איד מזקני העדה אין זיין קהלה. זיצט אויבן אן מיט זיין גאנצער פאמיליע מוצאי שבת חנוכה, פארזיכט חמין במוצ"ש פון די טאכטער'ס פרישע לאטקעס. זיצט א איר-אייניקל מיט א סעלפאון און קנאקט א אומשולדיג בילד ווי דער זיידע שמעקט די לאטקע צו מאכן די טאכטער גיט שפירן. די גאנצע קהלה פון די שעצער ביז די אומשעצער האבן דעם בילד אין סעלפאון מיט די ווערטער "מעכיל פרעסט א דאונאט זינטאג נאכט בבגדי שבת
מיין קליינער שוואגער לוי יצחק האט ענדליך א מיידעלע באקומען, ער און ווייב זענען שוין פארפאָרעט זינט מאנטאג אווענט ווי מען וועט מאכען דעם קידוש און וועמענ'ס טשאלענט מיט הערינג מען וועט פארטיילען. ערב ש"ק ביים ערשטן פייף באקום איך א טעקסט מעסעדזש עס לייענט זיך ווי פאלגענד
Im happy to invite u all to the kiddish of my first girl @ beis medros_ _ _ hope 2c u all

זיצט א רבי'לע פארקלערט די פינפטע נאכט חנוכה, ביי אים אין דער קהלה איז איינגעפירט אז מען מיז זאגן אפאר ווערטער יעדע נאכט נאכן צינדן. נו וואס זאל ער טוען אז אים פאלט נישט איין קיין פשעטלאך? ער האט שוין געשטיקעלט און ג'גנבט פון אלע ספרים וואס ער האט אין שראנק. א נאכט פריער האט ער מזל געהאט און געטראפן א אלט ירושה ספר וואס מע האט נאר איינמאל געדריקט אין ווארשא און עס איז נישט איבער געדריקט געווארן זייט תקפ"ח, הגם עס איז געווען נאר אויף עניני ארבע פרשיות האט ער שוין געמאכט עפעס א גזירה שוה, מען האט אביסל אויסגעדרייט און פארקאכט א קאשע אבער וואס טוט מען היינט
די רעבעצין וואס זעהט די קנייטשן אויפ'ן הייליגן שטערן הערט די גרויסע דילעמא, נישט געדאגה'ט זאגט זי. מען וועט נעמען ר' גוגעל צו הילף, ווען דער הויז בחור מאכט צו אן אויג עפענט מען אויף במחתרת ר' גוגעל זאל לעבן, דארט זיכט מען עפעס א ווארט פון א בלאגער אין יענעם עק וועלט א לא שנה ולא פרש און מען מאכט א קניידל לכבוד חנוכה בעת די רעבעצין העלפט ארויס מיט די פארפלאנטערטע ענינים. און אז מען איז שוין ביי ר' גוגעל קראצט מען שוין אפיר די אלע מראה מקומות עס זאל זיין א דבר השלם. א נאכט דערויף נעמט מען ארויס דעם קליין צעטעלע און מען באשמירט עס מיט אביסל דברי מוסר אקעגען אינטערנעט און אנדערע בייזע ווינטען אז די פרחי כהנים וואס פארשרייבן דעם רבין'ס תורות שמועסן צווישען זיך אז די פינפטע נאכט איז געווען א חידוש גג על גג
האסט געהערט די דברי תורה נעכטן? מיט אזא פרישקייט ! די רעבעצין אין ווייבער שוהל שמייכעלט שטיל און דערציילט נישט קיינעם

3 comments:

קרעמער said...

זיצט נאטורליך און שרייבט אפ א הערליכע בייטראגע אין זיין בלאגעלע, אבער וויאזוי וועט מען מודיע זיין פאר די דורשטיגע מאסן אז עס איז דא פרישע ווארע צו באלעקן? נעמט מען אריין טוויטער'ל אין חשבון. טאקע דארט האב איך באמערקט די גוטע נייעס, און געקומען אהער אפליינען און זיך באדאנקן

Yentash said...

פריינט,

פרישע סחורה מיטן אלטן חן. ווי זאגט מיין קליינע ברודער אויף טעקסט שטענדיג

u r gr8!

פרוביר said...

כמים קרים על נפש עיפה, מיר ברויכען נאך